אנשי שלומינו רופן זיך ווארעם אן צום "המזכים" קאמפיין לטובת דעם נייעם בנין פארן קרן הדפסה
ח חשון תשפ"ב 📝
אנשי שלומינו נעמען אויף מיט גרויס ווארימקייט די עסקנים פון קרן הדפסה וואס זענען עוסק טעג און נעכט מיט דרוקן די הייליגע קונטרסים און ספרים, וואס ווערט פארשפרייט אויף די גאנצע וועלט. און זענען לעצטענס אריינגעשפרינגען אינעם טייערן פראיעקט פון אפקויפן א פרישע פלאץ פארן דרוקעריי, וואס וועט ערמעגליכן ארויפצוברענגען דעם הדפסה מיט נאך עטליכע שטאפלען ארויפצו, און אזוי ארום קענען נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג פון די די מפיצים וועלכע לאזן נישט נאך, און בעטן און פארלאנגען נאך און נאך קונטרסים, גליונות און ספרים, צו פארפלייצן און פארשפרייטן איבעראל אויף דער גאנצער וועלט וואו נאר עס געפונען זיך אידישע קינדער.
מען זעט פון טאג צו טאג ווי די פארלאנג פאר די הייליגע ספרים, קונטרסים, און סידיס ווערט כסדר נאר גרעסער און שטערקער, פילע פרישע מקורבים ווערן אליינס מפיצים, אזוי אז מען דארף שוין עמוירזשענסי אריינשפרינגען אינעם נייעם פראיעקט כדי צו נאכיאגן דעם גרויסן פארלאנג, וויבאלד דער גרויסער בנין פון קרן הדפסה אונטערן בית המדרש איז שוין פשוט קליין געווארן.
ברוך השם אנשי שלומינו רופן זיך אן ווארים, און מען באשטייערט זיך מיט שיינע סכומים פארן מולטי מיליאן דאלער פראיעקט. בעלי פרנסה קויפן זיך גרעסערע זכותים, א שטייגער ווי דער שם הבנין פאר $250,000, דער גרויסער חדר הדפסה וואס מען קען האבן פאר $50,000 (שוין פארקויפט), דער קלענערער חדר הדפסה פאר $36,000, אדער דער שער הבנין פאר $25,000 (5 שערים - צוויי שוין פארקויפט).
עס דארף אנגעמערקט ווערן, אז פילע זכותים זענען שוין פארקויפט געווארן, און ווערט אויספארקויפט מיט יעדן טאג מער און מער. כאפט אריין ווילאנג מען קען נאך, ווייל דאס איז אן איינמאליגע געלעגענהייט וואס קומט נישט פאר יעדן טאג.
מען זעט ווי אנשי שלומינו שטרענגען זיך אן יותר מכפי היכולת און מען קויפט זיך זכותים נצחיים, ווי אבני היסוד פאר $10,000, אבני זהב פאר $5,000, אבני כסף פאר $1,800 און אבני נחושת פאר $500.
צו קויפן א זכות קען מען דרוקן דא אדער רופן אין קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסט 103 אדער אויף וואַצעפּ 1-518-966-2370 אדער אויף אימעיל newbuilding@kerenhadfusa.org.
ועל ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו