גאר א דערהויבענעם ל”ג בעומר איז אריבער אויף אלע אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר און אויף גאנץ כלל ישראל. אידן פון איבער די גאנצע וועלט זענען געפארן צו רבי שמעון קיין מירון אינעם טאג פונעם גרויסן טאג די יומא דהילולא קדישא ל”ג בעומר, צו מיטהאלטן דעם גרויסן טאג סמוך ונראה צום הייליגן ציון, וואס איז א פלאץ צו פועל’ן ישועות ורפואות למעלה בדרך הטבע.
 
מוהרא”ש שרייבט אין ספר אוצר ל”ג בעומר אז אלע וואס קומען צו רבי שמעון ל”ג בעומר פארטיילט רבי שמעון געוואלדיגע מתנות טובות, ווייל דאס איז אזוי ווי א טאג וואס א מענטש האט חתונה, וואס דעמאלט איז מען זייער פרייליך און מען טיילט מתנות פאר אלע משתתפים, ל”ג בעומר איז די חתונה ביי רבי שמעון און דעמאלט פארטיילט ער מתנות פאר אלעמען, נאר פארן קומען אליין - אפילו אן דעם וואס ער זאל האבן געזאגט תהלים ביים ציון וכדומה, די קומען אליין זיך משתתף זיין ביים שמחה איז שוין א געוואלדיגע זאך.
 
אנשי שלומינו אין ארץ הקודש האבן מיטגעהאלטן גאר גרויסע טעג, ווען זיי האבן געהאט די זכיה אז דער ראש ישיבה שליט”א איז ארויסגעפארן קיין ארץ ישראל פארגאנגעם דינסטאג אמור, כדי צו וויילן אין דעם הייליגן טאג ל”ג בעומר אין מירון.
 
דאנערשטאג אמור ביינאכט - פסח שני איז פארגעקומען אין מירון די שמחת הבר מצוה פון הבחור נחמן נתן נרו יאיר א זון פונעם ראש ישיבה שליט”א, אסאך פון אנשי שלומינו אין ארץ ישראל זענען געקומען זיך משתתף זיין ביי די שמחה, זיך מיטצופרייען מיט די שמחה ביים ראש ישיבה שליט”א, וואס גיבט אונז אזוי סאך חיזוק און שכל פארן לעבן א גאנץ יאר אויף טריט און שריט, דער ראש ישיבה האט זיך זייער געפריידט צו יעדן איינעם בפרטיות וואס איז געקומען מיטהאלטן די שמחה, און אנגעוואונטשן שיינע ברכות.
 
שבת קודש אמור האט דער ראש ישיבה זיך אויפגעהאלטן אין מירון ביי זיין טאטע קארלסבורגער רב שליט”א, אסאך פון אנשי שלומינו האבן מיטגעהאלטן דעם שבת אין מירון, און הנאה געהאט צו טרעפן דעם ראש ישיבה שליט”א נאכן זיך נישט טרעפן פאר א לענגערע צייט.
 
ל”ג בעומר האט דער ראש ישיבה שליט”א אפגעשוירן א אייניקל נחמן נתן נרו יאיר בן הרב שלמה שליט”א, און במשך דעם טאג האט דער ראש ישיבה מתפלל געווען ביים ציון פאר יעדן איינעם בכלליות ובפרטיות, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה אסאך געטאנצן און זיך געפריידט אז מען איז מקורב צו אזא גרויסע רבי וואס גיבט אונז אזאנע שיינע עצות אין לעבן, ובפרט די עצה פון סדר הלימוד, וואס לכבוד דעם האט ער האט זוכה געווען צו לערנען אסאך אסאך זוהר הקדוש במשך דעם יאר מיט זיינע חשובע קינדער שיחי’.
 
במשך די טעג פון פאר און נאך ל”ג בעומר האט דער ראש ישיבה אויסגענוצט צו טרעפן אנשי שלומינו אין פארשידענע פלעצער און זיי מחזק זיין אויף צו לערנען און דאווענען, אזוי ווי דער רבי לערנט אונז, ובפרט האט דער ראש ישיבה מחזק געווען אנשי שלומינו מען זאל זיך אויפרישן מיט די געוואלדיגע עצה פון רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, וואס דאס ראטעוועט דעם מענטש פון יעדע צרה וואס טרעפט אים אן.
 
די שיינע טעג וועט זיכער נישט פארגעסן ווערן אזוי שנעל, און ווערט ברענגן מיט זיך אסאך השפעות טובות אויף ווייטער פאר יעדן איינעם.
 
אזוי אויך אידן פון די גאנצע וועלט וואס זענען נישט געווען אין מירון האבן זיך מדבק געווען מיט רבי שמעון דורכ’ן לערנען זיין הייליגן ספר זוהר און דארט בעטן פאר די ישועות וואס מען דארף.
 
אין פילע בתי מדרשים פון אנשי שלומינו איז מען זיך צוזאם געקומען צו פראווען א סעודה לכבוד די הילולא פון הייליגן תנא רבי שמעון, ווי די גבאים האבן געגעבן שיינע שמועסן איבער די התחזקות וואס מען קען ארויסנעמען פון די הייליגע ווערטער פון רבי שמעון, בפרט נאכדעם וואס מיר האבן די הקדמות פון הייליגן רבי'ן, שיינען די ווערטער פון רבי שמעון בר יוחאי מיט א גאר אן אנדערן ליכטיגקייט. אנשי שלומינו זענען זיך מחי' מיט די הייליגע ווערטער פון זוהר הקדוש, ווי ער פריידט זיך און רומט אויס יעדע קליינע זאך וואס א איד טוט. צום ביישפיל ווען מען לערנט די הייליגע ווערטער פון רבי שמעון "איך זאג עדות אז מיום עמדי על דעתי האב איך נישט פארפאסט צו עסן דריי סעודות שבת", זעט מען פון דעם ווי מען דארף זיך פרייען מיט יעדע מצוה, מיט יעדע זאך וואס מען טוט פארן אייבערשטן, און אזוי וועט מען זוכה זיין צו ווערן אמת'דיגע ערליכע אידן.