אנשי שלומינו שליסן זיך אן אינעם ליבערטי פייער דעפארטמענט
יז כסלו תשפ"ה 📝
דער שטעטל קרית ברסלב אין ליבערטי איז ברוך השם מצליח בסייעתא דשמיא, עס קומען כסדר צו פרישע משפחות וואס ווילן זיך אנשליסן מיט דעם שיינעם געמיינדע וואס שטרעבט צו לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן וואס דער ראש ישיבה שליט"א דערמאנט כסדר. עס קומען כסדר פאר מנינים פאר שחרית מנחה און מעריב אין די פילע שולן וואס זענען צושפרייט איבער אלע זייטן פון שטאט, במשך דעם טאג הערט זיך א קול תורה פון די טייערע אינגעלייט וואס תורתם אומנתם וואס אקערן דורך סוגיות הש"ס, און זענען זיך משלים בהוראה הלכה למעשה, פון די פריע פארטאגס שעה'ן ביז אין די אוונט שעה'ן זעט מען קינדער, בחורים און אינגלייט בני תורה און ארבייטער ווי מען זעצט זיך אין בית המדרש צו לערנען שיעורים כסדרן. אין די אידישע שטובער וואס זענען אויסגעשפרייט אין די פילע געגענטער פון שטאט פירט מען זיך בדרך התורה, מען רעדט שיין איינער צום צווייטן, און מען פירט שיינע אידישע שטובער על מי מנוחות, מען רעדט צום אויבערשטן און מען פריידט זיך מיט תורה ומצוות.
די הנהלה פון שטעטל געבט זיך אוועק און בסייעתא דשמיא ארבעט מען צו קענען צושטעלן אלע געברויכן וואס א אידישע שטאט דארף האבן ברוחניות ובגשמיות, זאל עס זיין מיט'ן צושטעלן א פלאץ צו קענען איינקויפן קליידער פאר גאר ביליג. אדער ס'זאל זיין א בית התבשיל אלע זאלן האבן וואס צו עסן, א גאר מהודר"דיגע עירוב ארום דעם גאנצן שטאט. דער שאטל, א מצה בעקעריי. אזוי אויך טוט דער ראש ישיבה שליט"א כסדר מעודד זיין מען זאל טון חסד איינע מיטן צווייטן, און פילע אינגעלייט אדער ווייבלעך טוען וואלונטירן פאר די פילע חסד ארגאניזאציעס ווי הצלה, חברים, ביקור חולים, קימפעטארן היים, עירוב, בית התבשיל, און אזוי ווייטער.
יעצט הערט מען אז דער ראש ישיבה האט געבעטן אינגעלייט זאלן זיך איינשרייבן אין א פרישע חסד ארגאניזאציע, דער לאקאלער פייער דעפארטמענט, על כל צרה שלא תבא זאלן זיין אינגעלייט פון אנשי שלומינו אינעם פייער דעפארטמענט, ווי אלע ווייסן זייער גוט די חילוק וויאזוי די אלגעמיינע פייער דעפארטמענט זעען אויס, און וויאזוי א אידישע פייער לעשער וואלונטיר רעאגירט צו א קאל. און אנשטאט עס זאלן נעמען לאנגע מינוטן ביז די פייער לעשער קומען אן, און אסאך מאל איז עס שוין צו שפעט, לאזט א אידישע וואלונטיר אלעס אפ ווען ער הערט א רוף, און קומט צו פארן די שנעלסטע וואס מעגליך.
די פרישע וואלונטירן אינעם פייער דעפארטמענט, וועט בעז"ה ארויסהעלפן סיי די אידן אין שטעטל, און אזוי אויך וועט עס שטארק בייהילפיג זיין אין אלגעמיין פארן דעפארטמענט און ספעציעל פאר אחינו בני ישראל וואס וואוינען דא א גאנץ יאר און אזוי אויך די וואס קומען ארויף פאר זומער.
מו"ה יוסף הכהן פריעדמאן הי"ו וועלכע איז שוין געווען א פייער לעשער וואלונטיר איידער ער האט זיך אהערגעצויגן, איז שוין דארט א לענגערע צייט, אין די לעצטע טעג איז מו"ה לייבי אפפעל הי"ו געווארן אנגענומען בייי זיי, נאכן אדורכגיין פילע טעסטס און טרענירונגען. און אזוי אויך האבן נאך עטליכע אינגעלייט וואס זייער הארץ ברענט זיי צו טון חסד מיט מיט אידישע קינדער אנגעהויבן די שווערע פראצעדור צו ווערן אנגענומען ביי זיי.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז מ'זאל זיי קיינמאל נישט דארף נוצן, ס'זאל אלעמאל זיין גוט פאר אידישע קינדער.