מיטן וואוקס פון די הייליגע מוסדות די תלמוד תורה און מיידל סקול וואקסט קע"ה, ווען מען עפענט כסדר פרישע סניפים אין נאך שטעט און נאך לענדעראין די וועלט, צוזאמען מיט דעם וואקסט דער בודזשעט און די פעיראל וואס די מוסדות נעמט זיך אונטער צו באצאלן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז אין די לעצטע צייט, איז די מצב געווארן גאר ענג, ממש מען קען נישט באצאלן, עס איז פשוט נישטא פון וואו.
 
דערפאר זענען אנשי שלומינו זייער דאנקבאר די צוויי חשובע עסקנים וואס זענען שוין גוט באקאנט פאר אנשי שלומינו מיט זייער ווארים הארץ פארן אייבערשטן, מו"ה אברהם משה שטראסער הי"ו  מיט מו"ה יעקב משה אינדארסקי הי"ו וואס האבן זיך אריינגעלייגט ארויסצוהעלפן שאפן די נויטיגע געלט מען זאל קענען באצאלן די טייערע איבערגעגעבענע מלמדים און טישטערס, וואס געבן זיך אוועק מיט אזא געוואלדיגע געטריישאפט, און לייגן אריין גרויסע כחות צו מחנך זיין דעם קומענדיגן דור פון כלל ישראל, אז זיי זאלן אויפוואקסן געזונט בגשמיות און ברוחניות.
 
יעצט האט מען ווידער אויפגעפרישט דעם "בן גמלא" קאמפיין, וואס גייט שוין אן צום גוטן פאר די לעצטע דריי יאר, ווי פילע אנשי שלומינו האבן געהאט די זכיה אפצוקויפן די זכות לימוד התורה פון א מלמד מיט זיין גאנצע כיתה פאר א חודש.
 
אין די טעג קומען פאר מסיבות צו אויפטרייבן נדבות צום קאמייפן, צום ערשט איז פארגעקומען א מסיבת אין מאנסי אין שטוב פון מו”ה אלי’ קנאלל הי”ו וואס איז אלעמאל גרייט ארויסצוהעלפן, און יעצט האט ער אויך זיך ארויסגעשטעלט און געגעבן זיין דירה פארן אט די הייליגע מסיבה. א צווייטע מסיבה איז פארגעקומען אין בארא פארק אין שטוב פון מו”ה שמעון גאנצפריעד הי”ו. אינמיטן די מסיבה איז געווען גאר א שיינעם סורפרייז ווען דער ראש ישיבה שליט”א איז געקומען זיך משתתף זיין און באשיינען די מסיבה. עס איז פארמירט געווארן א שיינעם שמועס מיטן ראש ישיבה שליט”א פאר א שטיק צייט, פון וואס אנשי שלומינו אין בארא פארק האבן זייער הנאה געהאט און באקומען חיזוק אויף ווייטער.
 
דער אדמיניסטראטאר מו"ה ראפל פארסט הי"ו געט איבער האט זיך שטארק אנגעזען די ווארימקייט פונעם ציבור. ווען עס איז אריינגקומען גאר שיינע נדבות ביי די מסיבות, וואס האט געגעבן א שטארקע שטופ צו קענען אביסל באלאנסירן דעם בודזשעט פון די מוסדות, און וועט שטארק צוהעלפן דעם ראש ישיבה שליט"א ער זאל נישט דארפן טראגן קיין געלט דאגה פון די מוסדות.
 
אין די קומענדיגע טעג גרייטן זיך די צוויי חשובע עסקנים צו קומען צו די אנדערע געגענטער ווי אנשי שלומינו געפונען זיך בעזרת השם יתברך, ווי אנשי שלומינו וועלן זיך פרייען צו אפקויפן דעם גרויסן זכות פון "בן גמלא" און העלפן באצאלן א מלמד וואס לייגט אריין אמונה, תמימות, יראת שמים און מידות טובות אין א גאנצע קלאס פון קינדער.
 
 
צו באשטייערן און נעמען א חלק קען מען אלץ רופן די געטרייע גבאים מו”ה אברהם משה שטראססער הי”ו אדער מו”ה יעקב משה אינדארסקי הי”ו.