מיטן וואוקס פון די הייליגע מוסדות די תלמוד תורה און מיידל סקול וואקסט קע"ה, ווען מען עפענט כסדר פרישע סניפים אין נאך שטעט און נאך לענדעראין די וועלט, צוזאמען מיט דעם וואקסט דער בודזשעט און די פעיראל וואס די מוסדות נעמט זיך אונטער צו באצאלן, האט זיך ארויסגעשטעלט אז אין די לעצטע צייט, איז די מצב געווארן גאר ענג, ממש מען קען נישט באצאלן, עס איז פשוט נישטא פון וואו.
 
דערפאר זענען אנשי שלומינו זייער דאנקבאר די צוויי חשובע עסקנים וואס זענען שוין גוט באקאנט פאר אנשי שלומינו מיט זייער ווארים הארץ פארן אייבערשטן, מו"ה אברהם משה שטראסער הי"ו  מיט מו"ה יעקב משה אינדארסקי הי"ו וואס האבן זיך אריינגעלייגט ארויסצוהעלפן שאפן די נויטיגע געלט מען זאל קענען באצאלן די טייערע איבערגעגעבענע מלמדים און טישטערס, וואס געבן זיך אוועק מיט אזא געוואלדיגע געטריישאפט, און לייגן אריין גרויסע כחות צו מחנך זיין דעם קומענדיגן דור פון כלל ישראל, אז זיי זאלן אויפוואקסן געזונט בגשמיות און ברוחניות.
 
יעצט האט מען ווידער אויפגעפרישט דעם "בן גמלא" קאמפיין, וואס גייט שוין אן צום גוטן פאר די לעצטע צוויי יאר, ווי פילע אנשי שלומינו האבן געהאט די זכיה אפצוקויפן די זכות לימוד התורה פון א מלמד מיט זיין גאנצע כיתה פאר א חודש. נעכטן איז פארגעקומען איין אזא מסיבה אין שטעטל אין שטוב פון מו"ה ישראל חיים ברוין הי"ו, ווי דער עולם האט זיך זייער ווארים אנגערופן, יעדער וויל האבן די זכיה ארויסצוהעלפן דעם ראש ישיבה וואס וויל נאר איין זאך, אריינצוברענגען דעם אייבערשטן אין אונזערע קינדער.
 
דער אדמיניסטראטאר מו"ה ראפל פארסט הי"ו געט אונז איבער האט זיך שטארק אנגעזען די ווארימקייט פונעם ציבור. ווען עס איז אריינגקומען צענדליגע טויזנטע דאלער ביים מסיבה, וואס האט געגעבן א שטארקע שטופ צו קענען אביסל באלאנסירן דעם בודזשעט פון די מוסדות, און וועט שטארק צוהעלפן דעם ראש ישיבה שליט"א ער זאל נישט דארפן טראגן קיין געלט דאגה פון די מוסדות.
 
אין די קומענדיגע טעג גרייטן זיך די צוויי חשובע עסקנים צו קומען קיין לעיקוואוד בעזרת השם יתברך, ווי אנשי שלומינו אין שטאט ווארטן ארויס צו קענען אפקויפן דעם גרויסן זכות פון "בן גמלא" און העלפן באצאלן א מלמד וואס לייגט אריין אמונה, תמימות, יראת שמים און מידות טובות אין א גאנצע קלאס פון קינדער.
 
אין די קומענדיגע צוויי וואכן וועלן פארקומען נאך עטליכע אזעלכע מסיבות אין נאך שטעט אין געגענטער ווי אנשי שלומינו געפונען זיך, אנשי שלומינו גרייטן זיך אויפצונעמען די חשובע שלוחי דרחמנא מיט גרויס ווארימקייט, און וועלן זיך משתתף זיין יותר מכפי יכלתם.