אנשי שלומינו תושבי ברסלב דערפרייען די אידישע ארעסטאנטן אין ניו יארק סטעיט תפיסות
כז כסלו תשפ"ג 📝
ליבערטי - דער נייער ארגאניזאציע אנגעפירט דורך מו"ה משה עקשטיין הי"ו, דערפרייט אידישע ארעסטאנטן אין די ניו יארק סטעיט תפיסות ארום ליבערטי. דער ארגאניזאציע וואס האט נאך דערווייל נישט קיין אפיציעלע נאמען, באשטייט פון בערך 20 געטרייע אקטיווע וואלונטירן וואס גייען ארום באזוכן אידישע ארעסטאנטן וואס זיצן נעבעך איינזאם אין די תפיסות אין נעפאנעק, וואודבארן, שוואנגאג, און גרין העווען.
אין די אלע טורמעס געפונען זיך לעת עתה בערך 11 אידישע ארעסטאנטן וואס קוקן ארויס אויף באזוכער יעדן טאג, וואס פארגרינגערט זיי אביסל און מאכט זיי פארגעסן פון זייער צער. דער יעצטיגער ציל איז אז יעדער ארעסטאנט זאל באקומען כאטש איין באזוכער יעדע צוויי וואכן, וואס דאס איז וואס מ'קען דערווייל דערגרייכן מיט די צאל וואלונטירן וואס מען פארמאגט. יעצט אין די פרייליכע חנוכה טעג זוכט מען צו פארגרעסערן דעם מעמבערשיפ באזע, אזוי ארום אז מען זאל קענען אנקומען צו באזוכן יעדן ארעסטאנט לכל הפחות איין מאל במשך די חנוכה טעג.
ווי מען הערט צוריק פון די ארעסטאנטן, ברענגען די באזוכן פון אנשי שלומינו תושבי קרית ברסלב א גרויסע הנאה פאר זיי, זיי קוקן שטארק ארויס אויף די באזוכן, זיי שלינגען מיט דורשט די ווערטער פון די באזוכער וואס זענען אנגעפילט מיט אמונה און מיט די עצות פון הייליגן רבין וואס האט די כח צו שטארק און באלייכטן אידן אין אלע מצבים פון לעבן.
אויב זענט איר אינטערסירט זיך אנצושליסן מיט דעם געוואלדיגן גרויס חסד פראיעקט, ביטע רופט דעם גבאי מו"ה משה עקשטיין הי"ו אויף 845-428-2782. מיטן אייבערשטנ'ס הילף קען מען אויפלעבן און אריינברענגען פרישע האפענונג אין די אידישע ארעסטאנטן סיי במשך חנוכה, און במשך א גאנץ יאר.