היסטאריע שפילט זיך אפ אין סיריע: די רעבעלן גרופע "האַיאַיט טאַכריר אַל-שאַם" האבן איבערגענומען די הויפט שטאט דמשק, און דער לאנג-יעריגער דיקטאטור באשאר אל-אסאד איז געווען געצווינגען צו אנטלויפן, לויט טייל באריכטן קיין רוסלאנד.
 
אביסל בעקגראונד: נייציג פראצענט סיריע באשטייט פון סוני-מוסלמענער, און בלויז בערך צען פראצענט זענען שיא-מוסלמענער, הויפטזעכליך אלאוויטן. די אלאוויטן זענען שטארק פארפיינטעט ביי די סוניס, וועלכע באטראכטן זיי אלס "כופרים". די אסאד משפחה, וועלכע שטאמט פון די אלאוויטן, האט געפירט דאס לאנד מיט אייזענע פויסט מער ווי פופציג יאר, ערשט דורך כאפעז אל-אסאד, און דערנאך דורך זיין זון באשאר.
 
די צוזאמפאל פון אסאד'ס רעזשים ברענגט אונז צו טראכטן ווי וויכטיג עס איז ריכטיג אויסצונוצן א צייט פון רואיגקייט. אסאד האט געהאט גענוג צייט געהאט צו פארבעסערן זיין מיליטער און זיך גרייטן פאר א פרישע אפענסיווע, אבער ער האט אויסגענוצט די רואיגע צייט צו שלאָפן. און ער איז געכאפט געווארן אין סורפרייז ווען די רעבעלן האבן זיך גענומען איבער זיינע קרעפטן מיט א בליץ-אפענסיווע און אים ארויסגעווארפן.
 
מיר דארפן דאס אריינעמען אין אונזער לעבן. און דוקא ווען מיר שפירן אז עס גייט אונז גוט, און מיר קענען טראכטן "ווער דארף חיזוק? וואס דארף איך דעם צדיק?" אבער דווקא דעמאלטס איז דאס דער בעסטער צייט זיך צו אנצושעפן מיט חיזוק, הדרכה און אמונת צדיקים. מיר קענען קיינמאל וויסן ווען דער קומענדיגער נסיון גייט אנקומען. מיר דארף זיין גרייט מיט די נויטיגע כלים און געווער.
 
די סירישע בירגער-קריג, ציט זיך שוין דרייצן יאר, און עס איז אינטערערסאנט צו זען די קאלירפולע אויסוואל פון פילע לענדער האבן געשטיצט די קעגנזייטיגע צדדים, פיל מאל האבן זיך פיינטליכע לענדער זיך געטראפן אין א מאדנע סיטואציע ביים ביים שטיצן די זעלבע זייט פון איינע פון די צוויי צדדים. אסאד האט געהאט די מערסטע שטיצע פון רוסלאנד און איראן, יעדער איינער מיט זייערע חשבונות וואס מיט זייער הילף האט ער אנגעהאלטן זיין שליטה כאטש טיילווייז ביז יעצט.
 
אין די לעצטע וואכן האבן די רעבעלן באשלאסן אז יעצט איז זייער צייט, נאכדעם וואס זיי האבן זיך צוגעגרייט אין די לעצטע יארן שטילערהייט, האבן זיי געמאכט דעם חשבון אז כיזבאלא פון איראן און רוסלאנד זענען יעצט ביידע פארנומען מיט זייערע אייגענע פראבלעמען און מלחמות, און ווי דער ראש ישיבה זאגט אייביג, א חבר איז נאר דא ווען ער קען עפעס בענעפיטירן, אבער אין צייט פון קריזיס זעט מען ווער עס האט נאר געמיינט זיך, און אזוי איז טאקע געווען די רוסן און די איראנער זענען שנעל אנטלאפן און די רעבעלן האבן גרינגערהייט ארויסגעשופט די אסאד קרעפטן פון די גרויסע שטעט און האבן בליץ שנעל איבערגענומען די מאכט, ביז אסאד האט געמוזט אנטלויפן.
 
לאמיר אויך אויסנוצן די צייט ווען עס איז שטיל, די קאפ איז אפן און מען קען פארנעמען צו הערן הדרכה און חיזוק פונעם צדיק, יעדער גייט דורך א צייט אין לעבן ווען ער דארף די חיזוק ווי אקסיגען צום אטעמען, און מען קען קיינמאל נישט וויסן ווען עס וועט אנקומען. לערן נאך א בריוו אשר בנחל, הער אויס נאך א חיזוק שיעור פון ראש ישיבה שליט"א, דאס איז דיין געווער וואס וועט דיר געבן די כחות צו געווינען דיין קריג.