אסיפה פון אלע גבאים פון די בתי מדרשים היכל הקודש אין שטעטל
ה אלול תשפ"ג 📝
אין א זעלטענע מאורע האט דער ראש ישיבה צוזאם גערופן די גבאים פון די פילע שולן פון היכל הקודש ברסלב אין קרית ברסלב ליבערטי פארגאנגענעם דינסטאג ראה העעל"ט צו אן אסיפה צו זיך אין שטוב.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן הדרכה און עצות פאר אלע גבאים, און האט געזאגט עטליכע נקודות וואס ער וויל אראפשטעלן אין אלע שולן.
די ערשטע זאך האט דער ראש ישיבה געזאגט וויל ער אז אלע מתפללים זאלן שפירן א חלק פונעם בית המדרש, דערפאר איז וויכטיג אז יעדע מתפלל זאלן האבן עפעס וואס ער געט ער צו פארן בית המדרש, צי זאל דאס זיין מיטן צושטעלן קידוש שבת אינדערפרי נאכן דאווענען אדער זאל מען צושטלען שלש סעודות, איינער קענען נעמען דאס וואשן און אויפהאלטן דעם בית המדרש, און אן אנדערער קען זיכער מאכן אז עס איז דא קאווע און אלע צוגעהערן אין בית המדרש, און אזוי ווייטער. דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן אז מען זאל אריינעמען יעדן איינעם אינעם בילד, און אזוי קען זיך פירן א בית המדרש מיט א געוואלדיגע אחדות און שלום.
אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער קען ארויסהעלפן די בתי מדרשים אין שטעטל אויב זיי מוטשען זיך מיט דעקן די קאסטן. די בעסטע זאך איז מען זאל דאס דעקן צווישן די מתפללים, יעדער ברענגט איין זאך און אזוי איז יעדע זאך מסודר, אבער אויב בלייבט נאכאלץ איבער א דעפיציט זאל מען זיך ווענדן צו די גבאים מו”ה אברהם הערש וועבערמאן הי”ו און מו”ה אברהם יושע וועבערמאן הי”ו וואס זיי וועלן זען עס זאל ווערן געדעקט מיט’ן אייבערשטנ’ס הילף על צד היותר טוב.
ביים סוף האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט “אין שטעטל וועלן נאך זיין טויזענטער משפחות, אבער נאר אויב מען וועט זיך ליב האבן וועט מען קענען מצליח זיין”.
מען קען הערן דעם גאנצן אסיפה אויף קול ברסלב 212-444-911 דערנאך 1-2-1