דער ראש ישיבה זיצט מיט תלמידים אין צוגרייטונג צום קומענדיגן פרייליכן חתונה אין בית המדרש וואס וועט פארקומען אי"ה מאנטאג שמות
יא טבת תשע"ט 📝
א פרייליכע שטימונג הערשט אין היכל הקודש ווען מ'גרייט זיך שוין צו א פרישע חתונה, פון א פרישע פארפאלק און מחותנים וואס האבן דעם קאפ אויפן פלאץ נישט אויסצוגעבן קיין געלט אויף נארישקייטן וואס נעמט נישט מער ווי עטליכע שעה. דער חתן און די כלה קוקן ארויס און קענען קוים ווארטן אנצוהייבן זייער לעבן אין זייער נייער שטוב א טאג נאך די חתונה, עס איז ביי זיי נאריש און איבריג צו פארשווענדן אידיש געלט, צייט און טירחא פאר די "איווענט" וואס קומט און גייט ווי אן אויגן-בליק. פאר זיי איז פונקט גענוג צו פּראווען א פרייליכע חתונה מיט א אידישן טעם, מיט אלע הייליגע מנהגים וואס מיר האבן במסורה דור אחר דור, אָן אלע משוגעתן וואס יעדע שכן און יענטע מוז נאכמאכן איינע דעם צווייטן.
אין צוגרייטונג צום געהויבענעם חתונה איז פארגעקומען א מיטינג ווי מען האט ב"ה אויסגעארבעט די לעצטע דעטאלן פון די חתונה, די זמנים, די עסן, די מוזיק, א.א.וו. אז די חתונה נאכט זאל גארנישט קאסטן פאר די מחותנים, און יעדער זאל ארויסגיין צופרידן.
דער קלוגער חתן איז הב' בנציון בן מו"ה שמחה יאקאבאוויטש, און די קלוגע כלה איז די טאכטער פון מו"ה משה ארי' שניטצלער. סיי די חתן כלה זענען תלמידים פון די הייליגע ברסלבע מוסדות, און די מחותנים זענען מחשובי אנ"ש.
עס וועט אוודאי ביישטיין פאר די חתן כלה דעם גרויס זכות, פון מכבד זיין זייערע עלטערן, ביי זייער געהויבנסטע נאכט אין לעבן, צו האבן א שיינע לעבן, די שכינה זאל רוען ביי זיי אין שטוב, און צו געבענטשט ווערן מיט בני חיי ומזוני רוויחי.
קול מצהלות חתנים מחופתם
בילדער