אפדעיט פון אומאן: אלע שטאקן געגאסן, די ציגל אנגעקומען
א כסלו תשפ"ז 📝
פון: גרשון קרעמער
גאר גוטע נייעס קומט איצט אריין פון אומאן. די בוי-ארבעט אויפ'ן נייעם בנין פון קהילת היכל הקודש אין אומאן רוקט זיך פאראויס מיט'ן פולן שוואונג; ווי מ'זעט אויפ'ן בילד וואס איז אנגעקומען, האלט מען שוין ביי גיסן די טרעפ.
די ארבעט האט זיך אנגעהויבן בערך א יאר צוריק, און מיט א שטיק צייט צוריק האבן מיר באריכטעט אן אפדעיט אז מ'גרייט שוין אן די פרעימס פאר די קומענדיגע שטאקן. שפעטער האט מען מיטגעהאלטן ווי מ'גיסט שוין דעם פלאר פונעם פערטן שטאק, און אזוי, שטאפל נאך שטאפל, ווערט דער בנין ב"ה א מציאות פאר די אויגן.
היינט קענען מיר שוין מעלדן נאך א שריט פאראויס. לויט די לעצטע ידיעות פון די אחראים אויפ'ן פלאץ, האט מען ברוך השם שוין געגאסן דעם פלאר פונעם פערטן שטאק, אזוי אז אלע שטאקן פונעם בנין זענען שוין געגאסן; עס בלייבט איצט נאר איבער צו גיסן דעם דאך.
יעצט האלט מען ביי די ארבעט פון די טרעפ, און חוץ מזה בלייבן נאר איבער די ווענט. די ארבעט ביי די טרעפ גייט גאנץ פאמעליך, שטאפל נאך שטאפל, ווייל דאס פאדערט אסאך צייט און געדולד: מען דארף מעסטן און אויסשטעלן אלעס פונקטליך ווי עס דארף צו זיין, און דערנאך ווערט אלעס איבערגעקוקט זיכער צו מאכן אז אלעס איז ריכטיג און עס זאל זיין, מיט'ן אויבערשטנס הילף, גוט און שטארק. פאריגע וואך האט מען ב"ה געגאסן די טרעפ פונעם ערשטן שטאק ביזן צווייטן.
נאך א פרישע גוטע בשורה פון אומאן: די ציגל זענען שוין ב"ה אנגעקומען אויפ'ן שטח, אזוי אז מען קען שוין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף גיין ווייטער מיט'ן אויפבויען די דרויסענדיגע ווענט. יעדע ציגל וואס ווערט געלייגט רוקט אונז נענטער צום גרויסן מאמענט ווען אידן וועלן קענען איינשטיין אינעם נייעם בנין בצל הקודש פונעם הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה.
ווי מיר האבן שוין באריכטעט, האט די קהילה בראשות דעם ראש ישיבה שליט"א אפגעקויפט א פרישן שטח ממש נעבן דעם יעצטיגן בנין, כדי אויפצושטעלן א נייע געביידע פאר אנשי שלומינו אויף ראש השנה, היות דער יעצטיגער בנין איז שוין בלי עין הרע געווארן צו קליין פאר'ן ריזיגן פארלאנג.
עס לאזט זיך נישט גלייבן אז בלויז אכט יאר צוריק – ראש השנה תשע"ט – האט דער יעצטיגער בנין אנטהאלטן בלויז 130 בעטן. מיט די יארן איז עס ב"ה אויסגעוואקסן צו א גאנצע זעקס-שטאקיגע געביידע, און פארגאנגענעם יאר זענען שוין געווען דארט איבער זעקס הונדערט בעטן און העכער טויזנט זיצן אינעם בית המדרש. דאך האט מען ליידער געמוזט אפזאגן הונדערטער אידן וואס האבן כסדר געבעטן צו קענען איינשטיין ביי אונז.
לכתחילה איז געווען א פלאן צו בויען א גרויסן נייעם בית המדרש, אבער דער ראש ישיבה האט באשלאסן אז עס איז נאכנישט די צייט דערפאר, און דערווייל בויט מען א בנין בעיקר פאר שלאפן און עסן. ווי געמאלדן בויט מען עס אין עטליכע פאזעס, פיר באזונדערע חלקים איינס נעבן דעם צווייטן. דעם ערשטן חלק בויט מען יעצט – דאס וועט זיין א בעיסמענט מיט דריי שטאק דערויף – און ווען דאס וועט פערטיג ווערן בשעה טובה פון אונטן ביז אויבן, וועט מען עס באנייען און דערנאך גיין ווייטער צום צווייטן פערטל.
דער בנין וועט זיין אויסגעשטעלט מיט פריוואטע דירות אנשטאט געווענליכע צימערן. יעדע שטאק וועט פארמאגן צוויי דירות, און יעדע דירה וועט האבן אין זיך דריי שלאף-צימערן, א קיך, א דיינינג רום, און א בית הכסא מיט א שויער, ווען אין יעדן שלאף-צימער וועלן זיין צוגעשטעלט צוויי בעטן. די סעודות וועט יעדער קענען פראווען פריוואט אין זיין אייגענער דירה, פונקט ווי ביי זיך אינדערהיים, מיט דעם אויסנאם אז די צענטראלע קיך וועט צושטעלן דאס עסן.
דער גאנצער פראיעקט ווערט געפירט דורך דעם געטרייען חבר ההנהלה מו"ה העניך אינדיג הי"ו, וועמען דער ראש ישיבה האט ממנה געווען איבערצוקוקן די ארבעט. דער ראש ישיבה האט אים ספעציעל געבעטן: "מאך פונעם גאנצן קאנסטראקשן סייט א הייליג פלאץ פון תורה ותפילה" (פון א בריוו פונעם ראש ישיבה - כ"ז תמוז תשפ"ו).
לויטן יעצטיגן פלאן דארף דער בנין בעז"ה זיין אינגאנצן פארטיג ביזן סוף פון שנת תשפ"ז, און מען האפט בסייעתא דשמיא שוין צו קענען באנייען דעם ערשטן חלק פונעם נייעם בנין אויף ראש השנה תשפ"ח הבעל"ט.
דער אויבערשטער זאל העלפן אז די ארבעט זאל ווייטער צוגיין גלאט און מיט הצלחה, און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו קומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה אינעם נייעם בנין!
בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.