אפדעיטס פון אומאן ראש השנה תשפ"ז מיט "נסיעה טרעוול"
יז תמוז תשפ"ו 📝
אין א שמועס אויף דער באקאנטער "ברסלב'ער ברידער" אפטיילונג אויף קול ברסלב – אנגעפירט דורך די ברידער הר"ר יואל און הר"ר אברהם הערש וועבערמאן – האבן זיי ארויפגעברענגט דעם טרעוול מומחה מאנשי שלומינו מו"ה אלי קנאל, דער אייגנטומער פון דער בארימטער "נסיעה טרעוול" אגענטור, איבערצוגעבן די לעצטע אינפארמאציע איבער דער בעפארשטייענדער נסיעה צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ז.
ר' אלי פארציילט אז "נסיעה טרעוול" האט ארויסגעשטעלט 17 פארשידענע גרופ-רעזערוואציע אפציעס פארן ציבור. די אפציעס נעמען אריין פארשידענע רוטס, אריינגערעכנט מאלדאווע, קראקע, ריישע און נאך, כדי יעדער זאל קענען טרעפן דעם פאסיגסטן און באקוועמסטן וועג.
אויסער דעם פארציילט ער, אז מען ארבעט יעצט אין גרויסן צו צוזאמענצושטעלן – אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן – א טשארטער פליגער ספעציעל פאר אנשי שלומינו. דער פלאן איז, זאגט ער, ארויסצופארן דינסטאג שפעט ביינאכט, כדי מען זאל קענען ארויספארן רואיג פונעם שטעטל נאכ'ן לייגן די קליינע קינדער שלאפן, און צוריקצוקומען מוצאי צום גדליה. דער טשארטער וועט בעז"ה פליען דירעקט קיין פוילן (ריישע), און פון דארט וועט מען אי"ה פארן מיט א באן קיין אוקריינע. ר' אלי האט אנגעמערקט אז מ'ארבעט נאך אויף די לעצטיגע פרטים, וויבאלד ער צילט עס צו מאכן וואס ביליגער, און ער האפט ארויסצוקומען מיט קלארע אינפארמאציע גאר בקרוב בס"ד.
מען קען זיך פארבינדן מיט די פירמע פאר סיי וועלכע שאלות אדער צו מאכן רעזערוואציעס אויף זייער וועבסייט NesiaTravel.com, אדער דורכן טעלעפאן ביי 845-444-8785. אין א זייטיגע נאטיץ זאגט ער גוטע נייעס פאר די וואס האבן נישט דאס גאנצע געלט יעצט, אז זיי קענען באשטעלן א טיקעט מיט בלויז א דעפאזיט און עס אויסצאלן מיט פעימענטס ביז חמשה עשר באב.
היי יאר - זאגט ר' אלי' - האט מען נאך א מעלה: וויבאלד ראש השנה קומט נישט אויס גלייך פאר שבת, איז נישטא אזא פרעשור שוין צוריקצוקומען. דאס גיט די מעגליכקייט פאר די וואס קענען אויסווארטן אויף א טאג נאך צום גדלי', ווען מען קען באקומען טיקעטס פאר בעסערע פרייזן.
ר' אלי דערמאנט אז ער ערווארטעט אז פונקט ווי יעדעס יאר, וועלן אין די קומענדיגע צוויי חדשים כסדר ארומגיין שמועות אין די מידיע אז "מען וועט נישט קענען פארן" צוליב די מלחמה אדער אנדערע סיבות. אבער מען דארף זיך נישט דערשרעקן פון די אלע זאכן; מיר זענען שוין געוואוינט אז דאס געשעט יעדעס יאר. דאס זענען געווענליכע "מניעות" וואס דער סמ"ך מ"ם פרובירט אנצודרייען כדי אפצוהאלטן אידישע קינדער פון קומען צום רבי'ן, אבער בדרך הטבע זעט נישט אויס אז עפעס זאל זיך טוישן, און מען וועט בעזרת השם קענען געהעריג פארן.
צום שלוס איז זייער וויכטיג ארויסצוברענגען, אז כאטש "נסיעה טרעוול" שטעלט כסדר צו אינדיווידועלע טיקעטס אויסער די גרופ טיקעטס – וואס דאן זענען די אפציעס אומצאליג און מען קען צושטעלן פאר יעדעם פונקטליך דאס בעסטע וואס ער זוכט – איז דאך כדאי צו געדענקען וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלעמאל, אז עס איז וויכטיג צו פארן אינאיינעם מיט א ציבור און מיט ערליכע חברים. ווען מען פארט אינאיינעם איז מען מער אפגעהיטן, און די נסיעה איז מיט מער יראת שמים; מען דארף זיך שטארק היטן חס ושלום נישט צו פארן מיט לצים. דעריבער איז שטארק ראטזאם אז אפילו אויב מען רעזערווירט א "קאסטום" טיקעט, זאל מען זיך צוזאמעננעמען עטליכע חברים און קויפן די טיקעטס אינאיינעם.
כל העולם כולו תלוי בראש השנה שלי
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.