מיר אלע קוקן שוין ארויס צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה תשפ"ה הבעל"ט, ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ווען עטץ פארטס אהיים מוצאי ראש השנה פון מיר, לייג איך שוין צו די אויער, און איך הער ווי איר קומט שוין נאכאמאל די קומענדיגע ראש השנה." נאך האט דער הייליגער רבי געזאגט: "נישט נאר איר זענט אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה."
 
מיטן אייבערשטנ'ס הילף, רוקט מען זיך שוין נענטער צו ראש השנה, וואס דאס דערמאנט אונז פונעם ערשטן זאך וואס דאס בעטן דעם אייבערשטן מען זאל קענען אנקומען און צוריקקומען בשלום, אן תפילה ארבעט גארנישט, מען קען מאכן טויזענט פלענער, אבער אז עס פעלט תפילה ארבעט דאס נישט.
 
ווי אויך דערמאנט דאס פון זיך מסדר זיין די אכסני' וואו צו עסן און שלאפן אין אומאן. כדי צו האבן די בנין מסודר אז אלע אנשי שלומינו וואס שטייען איין אין דעם בנין אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה זאלן זיין צופרידן על הצד היותר טוב, טוט מען דא ארויסשטעלן די לעצטע פרטים וואס אנשי שלומינו דארפן וויסן.
 
די ערשטע זאך דארף מען זיך צוזאם נעמען מיט גרופעס פון אכט (פאר די וואס נעמען די פערטע שטאק דארף מען האבן צען מענטשן) וואס וועלן שלאפן אינאיינעם אין איין צימער. די נעמען דארף מען איבערגעבן פאר די גבאים (זעט אונטן) און נעמען א צימער אינעם ספעציפישן שטאק ווי איר ווילט זיין, און אויב איר ווילט די זעלבע צימער נומער ווי פאראיאר.
די פרייזן פאר ראש השנה תשפ"ה זענען ווי פאלגענד:
ערשטע שטאק: $1300.
צווייטע שטאק: $1200.
דריטע שטאק: $1000.
פערטע שטאק: $700.
די פרייז איז פער בעט, אפילו פאר א קינד (און קינדער דארפן גיין אויבן פונעם באנק בעט), אויב נעמט מען א קינד אין די זעלבע בעט פונעם טאטן וועט עס זיין בלויז $100, א צווייטע קינד אינעם קינדער בעט איז בחינם (מלמדים אין אונזערע מוסדות, און אברכי הכולל האבן א ספעציעלע הנחה). די פרייז רעכענט אריין די בעט צו שלאפן, עסן און מקוה פאר די אלע טעג פון ראש השנה. און די עסן און מקווה איז 'נאר' פאר די וואס שטייען איין אינעם בנין.
 
אלע רעזערווירטע צימערן דארפן זיין אויסגעצאלט "ביז ראש חודש ניסן". ביטע נעמט די דאטום ערנסט, ווייל נאך ראש חודש ניסן וועלן מיר אנהייבן איינשרייבן אנשי שלומינו וואס קומען מיט די גאנצע געלט, און אויב וועל זיי דארפן מער ווי איין בעט, ווייל זיי ברענגען דאס יאר נאך א קינד, וועלן מיר מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיי דאס צושטעלן. נעמט אין אכט אז די וואס וועלן ביז דאן נאך נישט האבן רעזערווירט אדער אפילו מען האט שוין רעזערווירט אבער נאך נישט באצאלט, וועלן פארלירן זייער חזקה אויף זייער  צימער.
 
פאר סיי וועלכע הערה, אדער אויב איר ווילט האבן די זכי' צו צוהעלפן צום רבי'ן ראש השנה מיט וואס איר שפירט אז איר קענט, בפרט קען מען נוצן הילף אינעם בנין די וואך פון ראש השנה הבעל"ט זאלן זיך ווענדן צו די גבאים. וכל הקודם זכה!
 
פאלגענד זענען די גבאים פון היכל הקודש אין אומאן:
יחזקאל סאמעט: 347-452-1936
מרדכי ראזענבערגער: 845-825-3550
 
יצחק שמואל פרענקל: 0548456150