קרעדיט: מו"ה אלי קנאל הי"ו, און מו"ה ישראל עלעק הי"ו
 
שטייענדיג בלויז איין וואך צום אויסגעווארטענע נסיעה צום הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ד, ווילן מיר אייך מיטטיילן די לעצטע אפדעיטס פון די "פלען איט רייט" טשארטער און באן נסיעה, ווי אזוי זאכן האבן זיך אויסגעארבעט בסייעתא דשמיא.
 
פארשטייט זיך אז צום אלעמען ערשט דארף מען נאך אסאך תפלות אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן על צד היותר טוב, די נסיעה נעמט אריין זייער אסאך פרטים און פרטי פרטים, מען בעט אנשי שלומינו זאלן מתפלל זיין אז עס זאל זיין א געשמאקע און גרינגע נסיעה, מען זאל פארן בשלום און אהיימקומען בשלום, און פועל'ן אלעס גוטס.
 
מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועט זיך די ערשטע טשארטער הייבן פון קענעדי לופטפעלד (JFK) אום 10:20 ביינאכט, מאכט זיכער מיטצוברענגען דעם פאספארט, און זיין אין עירפארט כאטש 3 שעה פאר'ן פלייט, דאס הייסט אום 7:15 אזייגער.
 
אין עירפארט וועלן אייך די אגענטן פון פלען איט רייט אפווארטן ביי טערמינאל 7, זיי וועלן שטיין גרייט אייך צו העלפן אדער ענטפערן סיי וועלכע פראגעס.
 
מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועט דער טשארטער פליגער אנטהאלטן בלויז מענער, און וועט זיין צוגעשטעלט בעז"ה מיט אלעם גוטן ברוחניות ובגשמיות, און במשך דעם פלייט וועט מען סערווירן היימישע געשמאקע מאכלים, און מען וועט דאווענען שחרית און סערווירן א רייכע פת שחרית דערנאך .
 
מען האפט צו לאנדן אין ריישע (RZE) לופטפעלד אום איינס אזייגער, וואו באסעס וועלן אפווארטן דעם ציבור צו פארן צום שטאט ליזענסק, וואו עס געפונט דער ציון הקדוש פון הייליגן רבי רבי אלימלך זי"ע.
 
אין ליזענסק וועט זיין צוגעשטעלט א מקוה (מיט שויערס), וואו מען וועט זיך מטהר זיין בעפאר מען גייט ארויף צום הייליגן ציון, אויך וועט מען דארט עסן א געשמאקע מאלצייט, און דערנאך וועט יעדער באקומען א בעט אין אן האטעל וואו מען וועט זיך קענען אפרוען פאר עטליכע שעה צו האבן כח פאר די צווייטע העלפט פון די נסיעה.
 
אזוי ווי די טשארטער טרעין האט זיך נישט אויסגעארבעט, צוליב וואס די פוילישע רעגירונג האט געסקעדזשולט קאנסטראקשן ארבעט אויף די באן שינעס פאר די צייט, האט מען אבער ב"ה באוויזן צו שאפן דעם עלף אזייגער ביינאכט באן, מיט וואס מען וועט פארן קיין וויניצע.
 
צען אזייגער ביינאכט וועט מען זיך ארויסלאזן מיט באסעס צום באן סטאנציע קיין פשעמישל, מיט וואס מען וועט בעז"ה פארן ביז וויניצע. אויף די באן וועט אזוי ווי פאריאר זיין צוגעשטעלט היימיש און געשמאק צו עסן און אלע אנדערע געברויכן.
 
מען האפט בעז"ה אנצוקומען קיין אומאן מיטוואך אינדערפרי אום 9:00 אזייגער.
 
אן אפדעיט איבער די וועג צוריק וועט בעז"ה נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג.
 
עטליכע הערות איבער די נסיעה וואס איז כדאי צו באמערקן.
 
1) די ערשטע פליגער (מאנטאג) פארט בעז"ה ארויס פון JFK, אבער די צווייטע פליגער פון דינסטאג וועט ארויספארן פון נוארק EWR.
 
2) ביידע פליגערס וועלן בעז"ה אנקומען אויף די וועג צוריק צום גדלי' צום נוארק עירפארט EWR.
 
3) די טשארטער פלייטס זענען שוין כמעט פול, מאנטאג איז נאך דא עטליכע זיצן אויף ביזנעס קלאס, און דינסטאג איז נאך דא עטליכע זיצן. 
 
4) די באן רייזעס וואס ווערן דא דערמאנט ווערן נאר צוגעשטעלט פאר די וואס האבן גענומען די טשארטער פלייט. אויסער דעם איז נישטא נאך פלאץ אויפ'ן באן.
 
5) מען קען יא באשטעלן א באן נאר אויפ'ן וועג צוריק וואס וועט צושטעלן א באן צום גדליה אינדערפרי קיין קראקא. אין דעם איז אריינגערעכעט א באס פון אומאן קיין ווינציע, און דערנאך א באן ביז פשעמישל, און פון דארט א באס ביז'ן האטעל אין קראקא, און א בעט צו קענען איבערשלאפן ביז קומענדיגע אינדערפרי, נאכטמאל און פרישטאג. דאס אלעס פאר'ן פרייז פון $450.
 
6) עס זענען נאך דא עטליכע אפציעס פון טיקעסט אוועליבל, סיי גרופ טיקעטס און סיי אינדיווידועלע טיקעסט צו עטליכע לופטפעלדער אין די מדינות ארום אוקריינא.
 
ווער עס ווילן באשטעלן איינע פון די סערוויסעס זאל שוין רופן פלען איט רייט אויף 845-678-3555 וואו די העפליכע אגענטן וועלן אייך טרעפן בעז"ה די בעסטע אפציע לויט אייער בודזשעט און געברויך.
 
וה' ישמור צאתינו ובואינו לחיים לשמחה ולשלום