אין ווייטערדיגע אפדעיטס איבערן בית החיים, האלט די הנהלה אינמיטן פארהאנדלען אויף א שטח וואס מען טראכט צו נוצן פארן בית מועד לכל חי, און כדי צו וויסן אויב דער שטח איז פאסיג און ראוי צו נוצן פארן בית עלמין האט די הנהלה געלאזט אראפ רופן הרה"ח ר' חיים שלמה וויינשטאק שליט"א וואס איז נאך געווען פון די חברה קדישה דקהל יטב לב דסאטמאר אין צייטן פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, און אויסערדעם האט ער פראקטיק איבער פופציג יאר אין די חברה קדישה. וואס דערפאר האט ער שוין ארויסגעהאלפן פילע קהילות און שטעט ווען זיי האבן געוואלט גרינדן א בית החיים, ווי ער האט מיט זיין עקספערטיז געהאלפן און געראטן כדת מה לעשות.
 
יעצט איז ער אראפ געקומען צום שטח אויף וואס מען פארהאנדעלט מיטן אייגענטומער, און מען איז איבערגעגאנגען מיט אים דעם גאנצן פראפערטי, און ער האט באטראכטן דעם גאנצן פלאץ פון יעדן פרעספעקטיוו, די לאקאציע, די גראדקייט, די סארט ערד דערפון, און ער האט געזאגט אז לויט זיין מיינונג איז דער שטח גאר געאייגענט פאר א בית החיים, און עס לוינט זיך ווייטער צו גיין מיט דעם געשעפט.
 
אין די טעג גייען ווייטער אן די פארהאנדלונגען צווישן דעם בעל הבית און די הנהלה, און האפענטליך וועט מען קענען מעלדן בקרוב פרישע אפדעיטס.
 
פאר א ברסלב'ע חסיד איז רעדן פון א בית החיים און יום המיתה א פרייליכע זאך, נישט אז מען וויל חס ושלום פטור ווערן פונעם לעבן, און אנטלויפן פונעם מציאות, נאר פארקערט, ווייל מען לעבט מיטן מציאות געדענקט מען אז בעל כרכך אתה חי, און בעל כרכך אתה מת, מען קען נישט אנטלויפן פונעם מלאך המוות וועט די טאג קומט אן. קיינער האט זיך נאך נישט ארויסגעדרייט דערפון. צום סוף מוז יעדער אנקומען אין בית החיים. אבער דאס איז נישט קיין דיפרעסטע זאך, פארקערט, מען ווייסט אז יעצט איז מען דא אויף א צייטווייליגע מיסיע, ווי מען קויפט זיך איין מצוות און מעשים טובים, כדי אז מען זאל האבן צו עסן און צו טרונקען וואס אנצוטון און וואו צו וואוינען ווען די טאג וועט קומען און די נשמה וועט זיך צוריק קערן צום אויבערשטן. און ווען מען דערמאנט זיך דערפון וועלן מיר זיך אויפפרישן און זיך צוריק קערן צום אויבערשטן, וואס דאס איז די בעסטע זאך וואס מיר קענען טון.