אפדעיטס פון די וועג צוריק פון אומאן ראש השנה תשפ"ד
כא אלול תשפ"ג 📝
באריכט דורך מו"ה אלי קנאל, און מו"ה ישראל עלעק
בשעת ווען צענדליגע טויזענטער אידן איבער די וועלט גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות צו איבערטרעטן דעם שוועל פון הייליגן רבינס ציון און וויילן דארט אויף ראש השנה און מקיים זיין זיין בקשה, האט פלען איט רייט אריינגעארבעט שעות על גבי שעות צו קענען צושטעלן פאר אנשי שלומינו די בעסטע עקפיריענס וואס שייך צו פארן און קומען פון ניו יארק קיין אומאן און צוריק אויף ראש השנה תשפ"ד.
די פרטים איבער די וועג קיין אומאן איז שוין געמאלדן געווארן אין פריערדיגע באריכטן, דא וועלן מיר ממשיך זיין פון נאך יום טוב.
נאכן פראווען א געהויבענעם ראש השנה במחיצות פונעם הייליגן רבין, און האבן געפועלט אלעס גוטס, וועלן מיר אלע מיטנעמען די פעקלעך ישועות און זיך גרייטן אויפן וועג אהיים, צו א פרישע יאר מיט ברכות און השפעות טובות, אזוי אויך וועלן מיר מיטנעמען פילע הויפענעס פון חיזוק און עצות און התחדשות צו דינען דעם אויבערשטן יעדער איינער אויף די מצב און אומשטענדן וואס דער אויבערשטער האט אים צוגעטיילט.
דא וועלן מיר בעיקר רעדן פאר די וואס זענען אויף די מאנטאג טשארטער אויפן וועג אהין. פאר מער פרטים און נאך אפדעיטס, אזוי אויך פאר די וואס פארן מיטן דינסטאג טשארטער קען מען רופן פלען איט רייט אויף 845-677-3555 עקסטענשאן 5.
אזוי ווי עס גייט אן קאנסטראקשען ביי די גרעניץ איז זייער מעגליך אז מען וועט נישט קענען האבן די געווענליכע באן, און דערפאר האט מען צוגעגרייט גענוג ברייטע באקוועמע באסעס. די באסעס וועלן ארויספארן פונעם בנין היכל הקודש מוצאי יום טוב אום 9:00, אויפן באס וועלן זיין צוגשטעלט אלע געברויכן, אזוי אויך וועט אויף יעדע באס זיין אן אגענט פון פלען איט רייט צו וועם מען וועט זיך קענען ווענדן פאר סיי וועלכע הילף, די באסעס וועלן זיין אין באגלייטונג פון די פאליציי, און מיט'ן אויבערשטנעס הילף וועט מען קענען דורכפארן די גרעניץ שנעל און גרינג, מ'האט צוגעגרייט עטליכע רעסט עריעס מיט אלע געברויכן. די באס רייזע וועט בעז"ה נעמען בסך הכל צוועלף שעה, אויסער די גרעניץ. און אויב וועט נאך זיין צייט ביז די פליגער פארט ארויס וועט מען זיך אפשטעלן אין א האטעל אין ריישא, ווי מען וועט זיך קענען אפרוען און זיך וואשן איידער מען גייט ארויף אויפן פליגער.
צוליב עטליכע אפדעיסט וועלן מיר אויך געבן א קורצע סך הכל פונעם וועג א אהין, מען קומט אן בעז"ה קיין ריישא בערך 1:00, מען וועט פארן בערך 45 מינוט קיין ליזענסק, ווי מען וועט מתפלל זיין ביים ציון הקדוש פון הייליגן ר"ר אלימלך, עס וועט זיין פאר יעדעם א באצאלטע מקוה, און ביז 5:30 וועט סערווירט ווערן א ווארימע לאנטש אין ליזענסק.
אויפן פליגער וועט זיין אויף יעדעמ'ס זיץ א ביכל מיט אלע פרטים אזוי אויך א קארטל וואס מען וועט דארפן צו נוצן ביי די פארשידענע סערוויסעס, מען דארף זיכער מאכן צו קוקן צו וועלכע האטעל יעדער באזונדער וועט גיין, די וואס וועלן צוגעטיילט ווערן פשעמישל זאלן שוין אין ריישא גלייך גיין צו יענע באסעס וואס וועלן זיי שפעטער אויך טראגן קיין פשעמישל (בערך איינס און א האלב שעה נאכן אנקומען קיין ליזענסק). אין האטעל וועט זיין צוגעשטעלט געשמאקע איבערבייס.
סיי אין ליזענסק, און סיי אין פשעמישל וועט זיין א ברייטע געשמאקע נאכטמאל, די גאנצע האטעל אין פשעמישל איז פריוואט אפגעדינגען, און מען וועט קענען נוצן דעם פול אויב איינער איז נישט געווען אין מקוה.
9:45 פארן די באסעס פון ליזענסק, און אום 11:00 פון פשעמישל צום באן, אום 11:30 פארט דער באן אפ בעז"ה, די פוילישע וועכטער וועלן זיגלען די פאספארט איידער מען גייט ארויף. אויפן באן וועט יעדער האבן אויף זיין פלאץ א קאלטע נאכטמאל, עס וועט זיין טרונקען און סענקס במשך דעם גאנצן וועג ביז ווינציע. אין וויניצע וועלן טייל באסעס פארן צום בנין היכל הקודש, און טייל קיין פושקינא, מען זאל מאכן זיכער צו גיין אויף די ריכטיגע באס.