ווען די שטעטל האט זיך געגרינדעט, האט דער ראש ישיבה געעפענט א צענטראלע אפיס פאר די לאקאלע מוסדות, די אפיסעס זענען צוערשט געווען איינקאווטירט געווארן אין עטליכע צימערן וואס א חשובע נדבן האט אראפגעגעבן פון זיין ביזנעס בחפץ לב פאר די מוסדות אין צענטער פון שטעטעל.
אזוי ווי די מוסדות האבן זיך ב"ה שטארק צואוואקסן, און מען האט צוגענומען נאך איינגעשטעלטע, איז מען זייער שנעל אויסגעוואקסן דאס פלאץ. האט דער ראש ישיבה מחליט געווען אז עס פעלט זיך אויס אריבער צו פירן די אפיסעס אין א גרעסערע לאקאציע מיט מער פלאץ.
מען האט באשטימט א חלק פון די נייע בנין פון תלמוד תורה, וואס איז געקויפט געווארן פאר די מוסודות פארגאנגענעם זומער, אז עס זאל אריינעמען די אפיסעס.
די לעצטע עטליכע וואכן האט מען שווער געארבעט צו פארענדיגן די אפיסעס מיט אלע צוגעהערן און מעבל. און געלויבט דער אייבישטער אז מען האט שוין ברוך געענדיגט מיט די ארבעט, און מען וועט בעזר השם אריינציען אין די נייע אפיסעס ביז עטליכע טעג, ווי מען וועט בעז"ה קענען אנגיין מיט די הייליגע ארבעט, מיט הרחבת הדעת.
בילדער
יגדיל תורה ויאדיר.