אפלויף סיסטעם ביים בנין היכל הקודש אין אומאן צו ווערן פולקאם איבערגעמאכט
יט חשון תשפ"ו 📝
גרשון קרעמער
אומאן. - האלטנדיג צוויי חדשים נאך דעם געהויבענעם יום טוב וואס מיר האבן געהאט ביים הייליגן רבי'ן, ווי מיר האבן זיך אנגעשעפט כוחות אויף די גאנצע יאר, שפירט זיך נאך די שמחה אין די ביינער. מען דאנקט דעם אויבערשטן יעדן טאג וואס מיר האבן געהאט די זכי' צו מקיים זיין דעם ציווי פון הייליגן רבי'ן, און נישט געקוקט אויף קיין שוועריקייטן זענען מיר זיכער אז מיר האבן געפועל'ט א גוט יאר.
אין די צייט וואס מיר אלע זיצן רואיג, און די נסיעה אויפן קומענדיגן יאר זעט נאך אויס ווייט אוועק, שלאפן אבער נישט די עסקנים. זיי שפירן פאר א זכי' צו העלפן אז אנשי שלומינו זאלן האבן א געשמאקן און רואיגן יום טוב.
דער יום טוב איז דורך הערליך ברוחניות ובגשמיות, די תפלות זענען געווען גאר דערהויבן, און די התעוררות ביים ציון איז געווען אויף א פארנעם וואס מען קען נישט באשרייבן. די בעטן, דאס עסן, די מקוה איז אלעס געווען צוגעשטעלט אויפן שענסטן פארנעם. אבער דא קומט דער אבער - עס איז געווען א גרויסער סוער פראבלעם. במשך דעם צווייטן טאג יום טוב האט מען בלית ברירה אפגעשפארט דעם וואסער סיסטעם, צוליב וואס די אפלויף סיסטעם איז געווען איבערגעפילט און פארשטאפט. טראץ וואס דאס נישט האבן קיין וואסער פאר די איבער זעקס הונדערט געסט איז געווען גאר שטארק אומאנגענעם, די בית הכסא'ס און די סינקס צו וואשן די הענט האבן נישט געארבעט, וואלט עס געווען אסאך ערגער ווען עס פאסירט א סוער בעקאפ.
די מענעדזשמענט האט גאר שווער געארבעט עס צו פאררעכטן, אבער האט געזען אז עס איז נישט מעגליך עס צוריק צו שטעלן ווי געהעריג, נאכדעם וואס אזוי-גערופענע "פלאשעבל" ווייפס האבן פארשטאפט און צובראכן דעם טייערן סיסטעם.
אין די יעצטיגע טעג האט די הנהלה אויפגענומען א לאקאלן קאנטראקטער איבערצומאכן און פאררעכטן דעם גאנצן סוער סיסטעם, מען זאל עס קענען ווידער נוצן אויפן קומענדיגן יאר בעז"ה. די קאסטן דערפאר ווערן ערווארטעט צו גרייכן אין די צענדליגע טויזנטער דאלארן, אבער עס איז נישטא קיין ברירה, ווייל כדי מען זאל עס קענען נוצן אויף ראש השנה הבעל"ט מוז מען זיך שוין יעצט נעמען צו דער ארבעט.
אויף קומענדיגן יאר, זאגן די עסקנים, וועט מען אריינלייגן מער כוחות אז דער ציבור זאל זיין וואכזאם צום מציאות אז נוצן ווייפס צוברעכט דעם סיסטעם און מאכט אן אסאך שאדן פארן ציבור.
און כאטש ווי דערמאנט איז יעצט נאך זייער פרי צו קויפן טיקעטס, איז שוין אבער צייט צו בעטן דעם אויבערשטן אויף קומענדיגן יאר מיר זאלן האבן ווייטער די זכיה צו קענען קומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה.