מיט גרויס פרייד מעלדן מיר אז דער קימפעטארן היים פון היכל הקודש ווערט שוין צוגעגרייט צו ווערן געעפענט אין די קומענדיגע צוויי וואכן. 
 
אין צוזאמענהאנג מיטן עפענען דעם פראכטפולן קימפעטארן היים ווערט אנאנסירט צוויי "אפען הויז" טעג, ווי די פאבליק וועט האבן די געלעגענהייט צו קענען זעם דעם וואונדער מיט די אייגענע אויגן, ווי מען האט מיט סייעתא דשמיא באוויזן אויפצובויען אין די קורצע צייט א פראכטפולע און באקוועמע היים ווי די קימפעטארינס וועלן זיך קענען אפרוען נאכן געבורט פון א קינד אויף א גאר געשמאקע פלאץ, וואס וועט גארנישט זיין אונטערשטעליג פון די באקאנטע קימפעטארן היימען מיט אלעם וואס וועט דארט זיין צוגעשטעלט בגשמיות, אבער בעיקר וועט דארט זיין א געשמאקע אטמאספער, אזא זאך וואס געלט קען נישט צושטעלן, דארט וועט מען לאזן לעבן, מען וועט דארט קענען רעדן אפן פונעם אויבערשטן און מען וועט נישט זיין פארקנעכטעט צו די פעיר פרעשור וואס הערשט אויף די אלגעמיינע גאס. און בעיקר וועט עס נישט זיין אויפן חשבון פון מאכן דעם מאן פאר בעל חוב, מען וועט קענען דינגען א צימער אינעם היים פאר פרייזן וואס א אינגערמאן קען זיך ערלויבן, און אזוי די קימפעטארין אהיים קומען פונעם קימפעטארן היים מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף צו א מאן וואס דארף נישט לויפן ארבעטן אווערטיים, און דארף נישט שפילן באהאלטן מיט די בעלי חובות, נאר ביידע עלטערן וועלן זיך קענען אפגעבן סיי מיטן ניי געבוירן קינד און סיי מיט די אנדערע קינדער, און אויפציען זייערע קינדער געזונט ברוחניות ובגשמיות.
 
פאריגע וואך מיטוואך איז פארגעקומען א קביעת מזוזה צוזאמען מיט א שבע ברכות פאר הר"ר אייזיק אפעל שליט"א אינעם נייעם קימפעטארין היים, דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך באטייליגט און זיך שטארק באדאנקט פאר ר' יואל הכהן ראזענבערג וואס האט זיך באטייליגט אויף זיין שווערע האראוואניע וואס לייגט אריין אהערצושטעלן אלע פראיקעטן אין די קהלה מיט מסירת נפש, און בפרט דעם קימפעטארן היים.
 
אויך האט דער ראש ישיבה שטארק אויסגערומט דעם מחותן נ"י און זיין ווייב תחי' וואס האבן זיך אלע יארן אוועקגעגעבן בלב ונפש פאר די קהלה אנגעהויבן מיט די תלמוד תורה , די סקול, די לעידיס אקזילערי, די חתונות בחנם, וואס דאס אלעס איז זיי צו פארדאנקען, אזוי אויך פאר דעם נייעם קימפעטארין היים האבן זיי זיכער געמאכט אז עס זאל זיין בעז"ה פון בעסטן און שענסטן. מען קען הערן די גאנצע דרשה אויף קול ברסלב.
 
די אפען הויז וועט פארקומען קומענדיגע דינסטאג און מיטוואך פון זיבן נאכמטיג ביז צען אזייגער ביינאכט, דינסטאג פאר מענער און מיטוואך פאר די פרויען.
 
מיטן אויבערשטנס הילף וועט מען שוין קענען עפענען דעם היים אין די קומענדיגע וואך אדער צוויי. און ווי נאר עס וועט זיין פרישע אפדעיטס וועלן מיר בעזרת השם דא מעלדן.