אפעראציע אדער אינוואזיע?
טז חשון תשפ"ד 📝
אין די יעצטיגע טעג קומען פאר העפטיגע שלאכטן צווישן די איזראעלישע מיליטער און די כאמאס טעראריסטן אין צפון עזה, עס זענען אריינגעפארן הונדערטער טאנקען, מיליטערישע דזשיפס, טויזנטער סאלדאטן, מיטן ציל אויסצוראטן כאמאס. כאמאס פרובירט צו קעמפן פון זייער טונעלן, און די איראנער רעגירונג האט שוין געלאזט הערן זייער רויטע לינע אויב עס ווערט געמאכט אן אינוואזיע צו עזה. אבער די מדינה זאגט, טאקע מיר גייען מאכן אן אינוואזיע אויף עזה, אבער יעצט איז עס בלויז א גרעסערע מיליטערישע אפעראציע...
לאמיר באזוכן רוסלאנד און אוקריינא, עס טוט זיך א מלחמה שוין כמעט צוויי יאר, אבער חלילה וחס, וואס האסטו געזאגט מלחמה? אין רוסלאנד זאגן מלחמה, איז אחת דתו, "עס קומט פאר א מיליטערישע אפעראציע צו דיסנאציפיצירן אוקריינא" שרייעט דער רוסישער בער אזש ביז הייזעריג ווערן. אבער די מערב וועלט רופט אן דעם קינד ביים נאמען "די רוסישע אוקריינא מלחמה". איז וואס גייט דארט פאר? איז עס אן אפעראציע אדער אן אינוואזיע?
רוסלאנד פון זייער זייט האט שוין אויך אראפ געשטעלט פילע רויטע ליניעס, "אויב מ'וועט געבן לאנג שטרעקיגע וואפן פאר אוקריינא, נא נא" שאקעלט דער רוסישער ווארטזאגער מיט זיין פינקי פינגער. למעשה האלט שוין אמעריקע לאנג אסאך ווייטער דערפון, יעצט איז רוסלאנד ארויס מיט א פרישע ווארענונג "מ'זאל נאר נישט געבן קיין פאטריאט סיסטעמס", היינט ליגן שוין די פאטריאטן לאנג אין אוקריינא, אבער רוסלאנד איז ווייטער פריש כאילו מען האט נאך קיינמאל געווארענט "געבן פאר אוקריינא עף סיקסטינס איז ביהרג ואל יעבור", ווען די עף סיקסטינס וועלן אנקומען קיין אוקריינא ווייס איך נישט, אבער יעצט האבן זיך שוין צענדליגע אוקריינע סאלדאטן געטרעינט אויף די אמעריקאנער פליגערס, ועוד ידם נטוי' נאך צענדליגע זעלנער טרענירן זיך אין עטליכע אייראפעאישע לענדער, ווארשיינליך וועלן מיר זיך אויפוועקן איין טאג און הערן אז אוקריינע האט באמבאדירט מיט די זעכצענערס, און הוברר הדבר למפרע אז זיי האבן עס שוין אין זייער באזיץ פאר א לענגערע צייט.
וואס פארא מין ווערטשאפט איז דאס? מען גייט אריין אין א לאנד, אבער אינוואזיע? וואו זעסטו דא אינוואזיע? דאס איז אן "אפעראציע", זעסט נישט דא איז די אפעראציע צימער, מען אפערירט דא! וואס הייסט דו זעסט נישט? איך זאג דיר דאך קלאר, איך מאך אן אפעראציע און שוין...
דער אמת איז אז דאס איז א סטראטעגיע פון פילע לענדער אין די וועלט אריינגערעכענט אמעריקע און כינע, אז מען וויל טון דאס זייעריגע אן דעם וואס די אנדערע זייט זאל ארויסגיין פון די כלים און שרייען אז יענער טרעט איבער א "רויטע ליניע", און זאכן ווערן דערנאך נאר מער קאמפילצירט וואס פעלט זיך נישט אויס פאר די הצלחה. דאס איז א סטראטעגיע פון טון וואס איך וויל אבער, זיך מאכן תמ'עוואטע "וואס איך האב געשפיגן? וואס איך? איך מיין אז אפשר רעגענט..." און די אנדערע זייט פאסט נישט צו מאכן אן עסק, און אזוי האפט מען יענער זאל באקומען דעם מעסעזש, אבער איך האב עס נישט אנגעהויבן. נישט אלעמאל ארבעט דער טריק, אבער דאס פרובירט מען צום ערשט.
דער סמ"ך מ"ם נוצט אויך די זעלבע טאקטיק קעגן אונז, ער קומט נישט בעטן "גיי עס חזר פלייש", ער ווייסט עס וועט נישט ארבעטן, "איך עס נישט קיין חזר פלייש און זוך א צווייטן", ער קומט צו אונז מיט מצוות, "קוק וויאזוי דו זעסט אויס, ביסט דורגעפאלן, דארפסט זיין צובראכן, קלאג און קרעכץ ווי שווארץ די מצב איז", פילע ערליכע פאלן אריין אין אזא נעץ, דאס זעט אויס ווי אזא הייליגע געדאנק, עס זעט אויס ווי עצבות איז דא ממש א מצוה, מרה שחורה איז א הייליגע פליכט. אזוי אויך פרובירט ער צו כאפן א מענטש מיט די מצוה פון מחלוקת "דער איז דאך אזא אויסוואורף, עס איז מצוה אים צו בארעדן, ער קען נאך אונטערברענגען אלעס, גיי ארויס קעגן אים מיט א מלחמת מצוה", דא ווערן ווייטער פילע ערליכע אידן פארכאפט, ווייל ערליכע אידן זוכן נאר צו טון מצוות ומעשים טובים.
מוהרא"ש פלעגט טייטשן די פסוק "ואנשי סדום רעים וחטאים" די מענטשן פון סדום זענען געווען שלעכט און זינדיג, אבער "להשם מאוד" זיי האבן עס געמיינט כולו לשם שמים, מען האט גערצחעט מענטשן לשם שמים.
אבער אויך פון די אנדער זייט קען מען נוצן די עצה, ווען א מענטש וויל זיך צוריק קערן צום אויבערשטן, זאל ער זאגן "היינט וויל איך זיין אן ערליכער איד, היינט וויל איך לייגן תפילין, גיין אין מקוה, דאווענען מיט מנין, לערנען אביסל חומש רש"י" און אזוי ווייטער, און אויב דער סמ"ך מ"ם וועט עס אים מאכן אויסזען אוממעגליך, זאל ער אים זאגן "נאר היינט, מארגן וועלן מיר זען וואס וועט זיין", און אזוי איין טאג אויף אמאל, קען מען זוכה זיין צו ווערן אן אמת'ער ערליכער איד.