געלויבט דעם אויבערשטן, אין קרן הדפסה ארבעט מען אריין אין די גאר שטארק געזוכטע ספרים פון "ותחיין את הילידים", ווי די מפיצים זאגן, מאכט דאס ממש א רעוואלוציע אין די וועלט. ביי יעדן איד זענען די קינדער די שווארץ אפל פונעם אויג, און אז מען טרעפט אזא לעכטיגע אוצר, פול מיט פראקטישע ווירקזאמע עצות וואס ארבעטן - עצות וואס זענען גענומען פון די תורה, כאפן זיך אלע צו דערצו.
 
ווען א מענטש פארמאגט א קאמפליצירטע מאשין, און ער קען זיך נישט אויס דערמיט, ער שטויסט זיך אן אין אישוס כסדר, ער וועט פרעגן ביי זיינע חברים וואס זיי טוען, קען זיין אז זיי ווייסן עפעס; אויב וועט ער פרעגן א "מומחה", מן הסתם האט ער אביסל ערפארונג דערמיט. אבער ווער קען דיר געבן בעסער ראט ווי דער וואס האט פאבריצירט דעם מאשין, אויב א מענטש וועט האבן די געלעגענהייט צו רעדן צו דער וואס האט אויסגעטראפן דעם מאשין, ער וועט וויסן די בעסטע וויאזוי זיך אומצוגיין.
 
דאס איז דער ספר "ותחיין את הילידים", מען פרעגט נישט פון קיין גוי'אישע מחנכים, אדער פון דער וואס האט זיך געלערנט ביי זיי. דער ראש ישיבה שליט"א נעמט אלע עצות נאר פון די הייליגע תורה, און פון צדיקים וואס זענען צוגעקלעבט צום אויבערשטן, און אזוי באקומט מען עצות וואס העלפן טאקע.
 
דער ספר רעדט אויך פון דעם אליינס, אז אויך דו קענסט באקומען הילף פון דער וואס האט באשאפן דעם מאשין, דו ווייסט נישט וויאזוי מען מאכן קינדער פאלגן? וויאזוי קען איך פארנעמען ווען זיי טאנצן מיר אויפן קאפ? דו קענסט רעדן צום אויבערשטן, דער וואס האט דיר באשאפן, ער האט באשאפן די קינדער, רעד זיך דורך מיט אים, ער איז מיט דיר א גאנצן צייט, און ער ווארט זאלסט אים בעטן הילף, ער וועט דיר זיין צו הילף און דו וועסט האבן סייעתא דשמיא און ערציען דיינע קינדער לתורה וליראת שמים.
 
די ערשטע באנד - ווי געזאגט - איז שוין אויפן מארק פאר א שטיק צייט, און די ערשטע דרוק איז שוין כמעט אויסגעגאנגען, די צווייטע באנד איז שוין ב"ה פולקאם געענדיגט, און גייט אריין צום דרוק אין די טעג.
 
אבער דא קומען מיר מיט די גרויסע נייעס אז מען נעמט זיך יעצט ארבעטן אויפן דריטן באנד. דער זכות מהדורה איז אפגעקויפט געווארן דורך מו"ה אשר לעמל זוסמאן הי"ו, און וועט טראגן דעם נאמען "מהדורת זוסמאן", אבער איר קענט נאך קויפן די זכות פון א פרק פאר $1000 (ווארט נישט, אכט פון די 21 פרקים זענען שוין פארקויפט!) אדער קען מען קויפן א זכות אינעם ספר פאר $500.
 
רופט שוין דעם גבאי צדקה פון קרן הדפסה מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449 און דער זכות פון העלפן אידישע קינדער וועט אייך זיכער ביישטיין לנצח נצחים.