דער ראש ישיבה שליט"א האט היינט אינעם בריוו אויסגעדוקט זיין געוואלדיגע שמחה וואס ער האט הערנדיג אז מען האט זיך שוין ברוך השם גענומען צו די ארבעט ווייטער צו בויען ביים בנין אין אומאן.
 
דא איז דער פולער בריוו
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן
 
לכבוד ... נרו יאיר
עס איז טאקע נאך נישט נאנט צום יום טוב ראש השנה, אבער ביי אונז זינגט מען שוין: "אומאן – אומאן, ראש השנה".
היינט האט מען אנגעהויבן ווייטער צו בויען דעם בנין אין אומאן; איך שיק דיר בילדער ווי מען בויט דעם בנין.
איך בין אזוי פרייליך ווען איך טראכט פון רבינ'ס ראש השנה; איך שפיר ווי אלעס ווערט מיר שוין גרינגער.
דינג שוין א בעט ביי אונז ווי לאנג עס איז נאך דא בעטן.
מארגן מיטוואך וועט זיין דער שיעור הכנה לקבלת התורה, קום צום שיעור; איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
 
בילדער