די ארבעט ביים שטח אין אומאן ווערט באנייט נאך א שווערע און לאנגע ווינטער
ג אייר תשפ 📝
נאך א לאנגע איבעררייס פון די ארבעט ביים נייעם בנין, ווערט יעצט איבערגעגעבן, אז מ'בויעט שוין ווייטער ביים שטח אין אומאן.
נאכדעם וואס מ'האט אריינגעלייט פיל ארבעט דארט ביים שטח אין די לעצטע דריי יאר, ווי מען האט אויפגעבויט א הערליכע זעקס שטאקיגע בנין, וואס אנטהאלט אלע הצטרכות'ן פאר אנשי שלומינו אינג און אלט, פאר די טעג וואס מען וויילט ביים הייליגן רבין אין אומאן אויף ראש השנה, אריינגערעכענט, א מקוה מפוארה, מיט שויערס, א קאך מיט א לאנטש רום, א ריזיגער בית המדרש, און פילע שטאקן מיט צימערן צום שלאפן.
נאכדעם וואס מ'האט ברוך השם אריינגעלייגט אסאך ארבעט און פארבעסערט דאס פלאץ יעדעס יאר, מ'האט צוגעלייגט נאך צימערן צום שלאפן, מ'האט אינסטאלירט א העכסט סאפיסטיקירטע פילטער סיסטעם פאר די מקוה, גרייט מען זיך היי יאר צוצולייגן פילע תיקונים פארן באקוועמליכקייט פונעם ציבור.
די ערשטע זאך אויף וואס מ'גייט בעז"ה ארבעטן איז צו פארגרעסערן דאס וואסער סופליי.
ווי באקאנט, קען די שטאטישע וואסער סיסטעם אין אומאן נישט דערהייבן דאס וואסער געברויך פאר די צענדליגע טויזטער אידן קע"ה וואס קומען אויף יום טוב צום הייליגן רבין אין אומאן, דערפאר פארלירן אסאך געביידעס די וואסער אין די פארנומענע ערב שבת און ערב יו"ט טעג, ווען מ'נוצט גאר אסאך וואסער.
דער ראש ישיבה שליט"א האט מחליט געווען צו גראבן אייגענע קוועלער ביים נייעם בנין, פון וואס מ'זאל קענען שעפן פרישע ריינע וואסער פון פאראויס, אזוי אויך אז מ'זאל אינסטאלירן גרויסע וואסער טענק, מ'זאל עס סטארעדזשן דאס וואסער.
פאר צוויי יאר צוריק האט מען זיך גענומען זוכן קוועלער, און ברוך השם מען האט מצליח געווען צו טרעפן און פארטיגן זעקס (!) שפרולדעדיגע וואסער קוועלער אויפן שטח, וואס פראדוצירן אינאיינעם בערך 10,000 גאלאן וואסער א טאג.
פאריאר האט מען געבויעט אויפן שטח א גרויסן 12,000 גאלאנדיגע וואסער טאנק, ווי די וואסער איז געווארן געסטארדזשד, און האב ב"ה שטארק געהאלפן לינדערן דאס וואסער מאנגל אין די פארנומענע ערב שבת און ערב יו"ט טעג.
מיט דעם אלעם איז עס נישט גענוג געווען פארן ריזיגן באנוץ קע"ה, דערפאר ווערן יעצט פארענדיגט די פלענער פאר א גיגאנטישע וואסער טאנק וואס וועט קענען אנטהאלטן בערך 50,000 גאלאן, וואס וועט האפענטליך בעז"ה געבן א גאר הרחבה'דיגע וואסער סופליי פאר אלע הונדערטע אידן וואס וועלן זיך באנוצן מיט דעם בנין אויף גאנץ יום טוב.
כאטש וואס מיר שטייען נאך הארט נאך פסח, האבן שוין פילע אידן זיך שוין איינגעהאנדלט טיקעטס צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה קיין אומאן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געבעטן אז יעדער זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און ער האט צוגעזאגט געוואלדיגע הבטחות אויף דעם.
דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", "ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן". ווי פארכטיג איז דער יום טוב ראש השנה ווען מ'שרייבט אפ אין הימל פאר יעדן מענטש אלעס וואס וועט פאסירן צו אים במשך די גאנצע יאר, און דער רבי האט זיך אונטערגענומען אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט אנשרייבן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר.
ווען א מענטש הערט אזעלכע געוואלדיגע הבטחות, וויל ער דאך זיכער קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, און מען זעט טאקע אז יעדעס יאר קומען צו נאך טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס ראש השנה אין אומאן.
אין די נאנטע טעג וועט שוין בעז"ה קענען דינגען א בעט אינעם נייעם בנין אין אומאן, צו פארברענגען דעם יום טוב צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין א היימישע ערליכע אטמספערע - פרטים יבואו בעז"ה.
וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון!