אין די לעצטע תקופה זענען צופיל עקסידענטן פארגעקומען ביים באקאנטן סכנה'דיגן ווינקל פון טווין ברידזש רד. און אלד מאנטיסעלאו רד. - דער איטערסעקשאן האט פיר זייטן פון וואו מען קען קומען, אבער בלויז צוויי פון זייטן דארפן זיך פולקאם אפשטעלן, וואס דאס ברענגט אז די דרייווערס ווערן צומישט, און כאפן נישט אז דער פון די אנדערע זייט האט נישט קיין "סטאפ סיין, און גייט זיך נישט אפשטעלן, וואס פירט צו פילע עקסידענטן ל"ע.
 
די איינוואוינער פון שטעטל האבן שוין געבעטן פון די שטאטישע באאמטע מערערע מאל זיי זאלן אוועקשטעלן סטאפ סיינס ביי
אלע פיר זייטן, אבער זיי האבן עס ליידער נישט גענומען ערענסט, און יעצט זומער איז די מצב געווארן סאך מער קריטיש נאכדעם וואס ס'האט ליידער פאסירט עטליכע עקסידענטן ביי אנשי שלומינו (וואס זענען ברוך השם ארויס געזונט מיט ניסי ניסים).
 
דערפאר איז פריידיג צו הערן אז מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו פון די גאר אקטיווע חברי הנהלה האט זיך אריינגעלייגט דערין ראשו ורובו, צו לייזן דעם פראבלעם. ווי אן ערליכע איד, האט ר' מנחם האט אנגעהויבן די ערשטע זאך מיט בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל האבן הצלחה אין די וויכטיגע מיסיע, און אזוי איז ער צוגעגאנגען טון עטליכע קליינע פעולות וואס וועט מיט'ן אויבעשטענס הילף קענען ברענגען דעם געווינטשענעם טויש אין די סיטואציע, ער האט געבעטן פון די פאליציי דעפארטמענט און פון די פייער דעפארטמענט זיי זאלן שרייבן א בריוו אין שטיצע פון דעם געדאנק, וואס ער האט שוין ב"ה באקומען. זיי שרייבן זייער שטארק אז דער ווינקל איז א גרויסע סכנה, און דארף זאפארט פארראכטן ווערן, איידער אן אומגליק פאסירט ח"ו.
 
באזונדער האט ער באקומען א שיינע בריוו פון די וועלט בארימטע הצלת נפשות ארגאניזאציע "חברה הצלה דקעטסקילס", וואס האט געשריבן שטארקע ווערטער ווי זיי האבן שוין מיטגעהאלטן צופיל מאל עקסידענטן אויף דעם פלאץ, און עס איז צייט צו טון די מינימאלסטע זאך פון לייגן א סטאפ סיין ביי אלע פיר זייטן.
 
אנשי שלומינו האבן א פושקע אין די קאר און זענען מתפלל יעדעס מאל מען זעצט זיך אריין דערין מען זאל אפגעהיטן ווערן פון אלעם בייזן. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אבער כסדר אז דאס איז נישט גענוג, מען טאר נישט פארן שנעל און ווילד, א איד איז מחויב צו דרייוון אחריות'דיג און זיך האלטן צום געזעץ.
 
דער אויבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט אויף אידישע קינדער, מען זאל פארן און קומען געזונטערהייט צו פרייליכע פלעצער.