ווי שוין גוט באקאנט פאר אנשי שלומינו, ווערט אין די לעצטע יארן שוין באנוצט דער שיינער נייער זעקס שטאקיגער בנין, וואס דינט ווי א לייכט טורעם פאר טויזנטער אידן אין אומאן, וואס מאכן זיכער צו קומען צו אלע תפלות ווייל זיי ווילן געניסן פון די ווארימע דאווענען און דרשות פונעם ראש ישיבה, וואס איז א מאגנעט וואס ציעט צו הונדערטער אידן וואס זוכן צו וואקסן און שטייגן אין עבודת ה' און זוכן צו הערן ווערטער פון אמת'ע צדיקים וואס מפיהם אנו חיים.
דאס איז אויסער די עטליכע הונדערט אנשי שלומינו, וואס שטייען איין אין דעם בנין, און געניסן דארט פון אלע סערוויסעס, ווי צימער מיט בעטן, א ווארימע מקוה מיט שויערס, א קאך וואס שטעלט צו אלע סעודות שבת, יום טוב וימי החול.
טראצדעם וואס מען נוצן שוין דעם בנין שוין עטליכע יאר, איז עס נאך קיימאל אינגאצן פערטיג געווארן, נאר איז געווארן מיט יעדעס יאר אביסל מער צוגעענדיגט. און יעצט בסייעתא דשמיא, גרייט מען זיך דורכצופירן די ארבעט פון פארעדיגן און פארפולקמען דעם בנין מבית ומבחוץ, כדי עס זאל זיך קענען האלטן שטארק און שיין, פאר לאנגע יארן מיטן אייבערשטנ'ס הילף.
אינעם בילד קען מען זען איינע פון די דיזיינס וואס איז אהערגעשטעלט געווארן פאר די דרויסענדע חלק פונעם בנין, וויאזוי מען האפט עס צו מאכן און פארעדניגן בעזרת השם יבתרך.
זאל דער אייבישטער אונז געבן די זכיה אז מיר זאלן ווייטער קענען געניסן פון די עצות און ליכטיגע וועטער וואס מיר באקומען פונעם ראש ישיבה וואס געט אונז איבער די ווערטער וואס ער האט מקבל געווען פון מוהרא"ש וואס האט אונז געלערענט די וועגן פון הייליגן רבין.
אזוי אויך זאל אונז דער אייבישטער געבן די זכיה מיר זאלן נאך לאנגע יארן זוכה זיין צו קענען קומען קיין אומאן אויף יעדעס יאר ראש השנה געזונטערהייט, און מקיים זיין די בקשה וואס הייליגער רבי האט געבעטן און מבטיח געווען צו געבן א תיקון פאר דער וואס קומט צו אים אויף ראש השנה, אפילו וועם ער קען נישט מתקן זיין א גאנץ יאר.

אומאן ראש השנה!