ארגענטינא ערוויילט א נייע פרעזידענט
ז כסלו תשפ"ד 📝
כאוויער מיילי איז די נאמען פונעם קוראיזן טראמפ סטייל פארשוין וועלכע האט געווינען די פרעזידענטליכע וואלן נעכטן אין ארגענטינע, נאכדעם וואס ער האט פארלוירן די ערשטע רונדע צו זיין קעגנער מיט זיבן פראצענט, האט ער יעצט געווינען מיט עלף פראצענט.
מייל איז א רעכט גענויגטע ליבערטעריען וועלכער איז געלאפן אויף אן אנטי עסטאבלישמענט פלאטפארמע, און האט ווילדע געדאנקען איבער וויאזוי צו פאררעכטן די עקאנאמיע, בשעת ארגענטינע גייט איבער אין די טעג א פינאנציעלע קריזיס וואס איז געווען א גרויסע אישו אין די וואלן.
מיילי האלט זיך זייער נאנט מיט אידן, בפרט האט ער גאר גוטע באציאונגען מיט חב"ד, ער גלייכט צו באזוכן ביים אהל פון לובאוויטש אין קווינס.
דער נייער פרעזידענט איז א שטיצער פון באגרענצן די רעגירונג, און וויל מאכן גרויסע טוישונגען אין די ארגענטינע רעגירונג, ער זאגט אז ער וועט פארשפארן די ארגענטינע פעדעראלע באנק, צוליב וואס זיי האבן נישט געקענט באקעמפן די שרעקליכע 150% אינפלאציע אין ארגענטינע, און ער וועט טוישן די וואלוטע צו אמעריקאנע דאלארן.
די וועלט זאגט אז א נאר א שוטה טראכט אז ער וועט אריינלייגן די זעלבע אינגרידיענטס אין די קעיק, אבער דאס מאל וועט עס האבן אנדערע רעזולטאטן. אין ארגענטינע האבן די בירגער באשלאסן אז עס איז צייט איבערצוקלערן די נייע וועגן און אפשר מעג מען צוריק גיין צו די פריערדיגע קאנסערוואטיווע וועגן, אפשר וועט עס זיי העלפן. איך בין נישט זיכער, אבער עס איז א גוטע טריי.
אויב מיר גייען דורך א קריזיס אין אונזערע שטובער, אפשר מעגן מיר צוריק גיין און אנהייבן פאלגן די ווערטער פון די תורה, חז"ל און די הייליגע צדיקים כפשטון. ביי אונז איז עס נישט קיין שאלה צי עס וועט העלפן, עס וועט זיכער העלפן.
אפשר מעגן מיר שוין אנהייבן צו רעדן צו אונזערע קינדער פון קדושה? אפשר איז שוין צייט אוועקצואווארפן די אלע כלים און אנהייבן אויסצוהערן די ווייב און קינדער. אפשר איז שוין צייט מיר זאלן זיך ברעכן אונזער גאוה און זאגן די עברי פון משניות ווי א כיתה אלף אינגל. אפשר מעגן מיר שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין פון זונטאג, און נישט ווארטן אויף פרייטאג ווען מיר ווייסן אז מיר יאגן עס נישט אן אפילו אין א זומערדיגע פרייטאג. אפשר מעג מען שוין רעדן אפן פון אמונה, אן דעם וואס מען זאל זיך דארפן פארענטפערן דערויף. אפשר איז שוין צייט מען זאל אפלאזן מחלוקת און אויפהערן צו קוקן שלעכט איינע אויפן צווייטן, אפשר איז שוין צייט מיר זאלן אנהייבן קוקן גוט אויף זיך, אויף די ווייב, אויף די קינדער, אויף די שכנים, אויפן רב, און אויפן אויבערשטן. אפשר איז שוין צייט מיר זאלן אויסהערן שידוכים פאר די קינדער אפילו מיין שכן וועט פרעגן "אזוי אינג", אפשר איז שוין צייט צו קוקן אויף וואס איז גוט פאר מיר, און אויפהערן לעבן פאר יענעם?
די אלע זאכן קאסטן נישט קיין געלט. פרוביר עס אויס דעם געשמאקן וועג, און לאזט מיר וויסן וויאזוי עס איז געווען. גוט שבת!