אשר בנחל אידיש חלק א' מהדורת מארקאוויטש
כא סיון תשפ"ד 📝
די וואך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבערגעקומען אין שטוב פון מו"ה יואל מארקאוויטש הי"ו לכבוד דעם וואס ער האט זיך אונטערגענומען אפצוקויפן די זכות פון די מהדורה פון אשר בנחל אידיש חלק א', דער ראש ישיבה שליט"א האט געחתמ'עט מיט'ן חשוב'ן נדבן א "שטר שותפות", און דער באנד פון אשר בנחל וועט גערופן ווערן "מהדרות מארקאוויטש" לכבודו פונעם נדבן.
אשר בנחל איז א זאמלונג פון די בריוו אויף אידיש געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע. מוהרא"ש זי"ע האט זיך מוסר נפש געווען צו שרייבן די בריוו, וואס זענען פול מיט חיזוק, עצות און הדרכה, און זענען געשריבן פארן היינטיגן שווערן דור מיט זיינע אייגענארטיגע שוועריקייטן און נסיונות ברוחניות ובגשמיות. נאך כמעט פופציג יאר וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן בריוו אויף לשון הקודש, האט ער אין די לעצטע יארן, זעענדיג אז עס זענען דא א גרויסע פרישע ציבור מקורבים וואס רעדן נאר אידיש, זיך אראפ געלאזט צו אונז און געשריבן די זעקס בענדער אשר בנחל אויף אידיש.
פאר אונז איז גוט באקאנט די גרויסע סגולה פון מנדב זיין פאר אשר בנחל. מוהרא"ש זי"ע האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט דרוקן אשר בנחל וועט זען א זיכערע ישועה. צווישן אנשי שלומינו איז שטארק באוואוסט פילע מעשיות פון אומגלויבליכע ישועות וואס זענען געקומען נאכן דרוקן א באנד פון אשר בנחל. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס איז ווייל דער אשר בנחל דערנענטערט אידישע קינדער צום אויבערשטן, און דערפאר האט עס אזא כח אין הימל צו מעורר זיין רחמים אויף אידישע קינדער.
דער אויבערשטער זאל העלפן אז די גרויסע זכותים פון דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן ספר זאל מגין זיין פאר מו"ה יואל מארקאוויטש הי"ו און פאר זיין גאנצע משפחה, דער אויבערשטער זאל אים בענטשן מיט אלע ברכות האמורות בתורה.