תיכף נאך די פטירה פון אונזער הייליגער רבי מוהרא"ש זי"ע האט דער ראש ישיבה שליט"א זיך אונטערגענומען צו דרוקן און פארשפרייטן די חלקים פון אשר בנחל אויף אידיש, הונדערטער בריוו וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן אויף אידיש ספעציעל פאר'ן היימישן אידיש רעדנדע עולם, נאכדעם וואס כמעט אלע פון די צענדליגע טויזנטער בריוון פון די אלגעמיינע בענדער פון אשר בנחל זענען אויף לשון הקדוש. דאס איז געווען נאכדעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געעפענט די ישיבה און די מוסדות אין ניו יארק, און עס זענען נתקרב געווארן פילע תלמידים בחורים און אינגעלייט, און האבן געבעטן למה נגרע, זיי ווילן בריוו אויף מאמע לשון וואס זיי זאלן פארשטיין, און מוהרא"ש האט זיך אראפ געלאזט צו אונז און איבערגעלאזט די הערליכע ירושה, וואס דער ראש ישיבה האט אפגעדרוקט טויזענט קאפיעס נאך מוהרא"ש'ס פטירה אין זעקס הערליכע בענדער.
 
נאכדעם וואס די אלע קאפיעס זענען אויסגעגאנגען האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן דעם מנהל פון תלמוד תורה הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א ער זאל פריש איבערארבעטן די אלע בריוו, מגיה זיין די ספעלינג, די נקודות, צוטיילן די שטיקלעך, צולייגן מראה מקומות און קלארע מפתחות, און אזוי ווייטער. די פריש איבערגעארבעטע בענדער אשר בנחל וועט מיט'ן אויבערשטענס הילף ווערט געדרוקט אין "זיבן" בענדער, נאכן צולייגן די אלע הוספות.
 
די ערשטע חלקים האט שוין הר"ר מרדכי שליט"א געענדיגט איבערארבעטן און מען האט עס שוין איבערגעדרוקט עטליכע מאל, און ממש יעצט האט מען פריש געדרוקט א גרויסע סכום פון אשר בנחל אידיש חלק א' וואס האט באקומען דעם נאמען "מהדרות מארקאוויטש" ווי געמאלדן נישט לאנג צוריק. אין די יעצטיגע צייט ארבעט דער מנהל אויף די ווייטערדיגע בריוו, און בשעת מען גרייט זיך אויף די בקשה פונעם ראש ישיבה שליט"א איבערצודרוקן חלק ב', האפט מען אז חלק ג' וועט זיין גרייט תיכף נאכדעם וואס מען וועט ענדיגן דרוקן חלק ב'.
 
אין אנפאנג האט דער ראש ישיבה שליט"א אליינס עוסק געווען אין די עבודת הקודש פון שאפן דאס געלט צו דרוקן די ספרים, אבער דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן פונעם קרן הדפסה אז זיי זאלן עס איבערנעמען, און דערפאר קומט דער קרן הדפסה ארויס מיט אן אפיעל צו אנשי שלומינו מען זאל זיך ווארים אנרופן און נעמען א חלק אינעם חלק ב', כדי מען זיך זיך קענען נעמען שנעל צו די ארבעט, און די מפיצים וואס זוכן די ספרים זאלן עס ווידער קענען באקומען, און פארשפרייטן די הייליגע ליכטיגקייט פאר אלע אידן איבער די וועלט.
 
עס איז איבעריג צו רעדן צו אנשי שלומינו איבער די גרויסע סגולה פון דרוקן די ספרים פון אשר בנחל אויף וואס מוהרא"ש זי"ע האט מבטיח געווען זיכערע ישועות, און עס דרייען זיך ארום פילע אמת'ע מעשיות פון גרויסע ישועות למעלה מדרך הטבע וואס אידן האבן געזען נאכן דרוקן די הייליגע ספרים.
 
רופט דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה שליט"א און נעמט א חלק אין דעם הייליגן פראיעקט, 347-578-4449. 
 
נדיבים בעם האבן יעצט דעם זעלטענעם געלעגענהייט און קענען אפקויפן דעם "זכות מהדורה" פארן סכום פון צען טויזענט דאלער, און די אלע ספרים וועלן גערופן ווערן אויף זיין נאמען, און וועט זיין אן אייביגע זכות לדורות עולם.