אשר בנחל אידיש חלק ב' - יעצט צו באקומען צום טיר
ו אדר תשפ"א 📝
אשר בנחל אידיש חלק ב' קען מען באקומען דעליווערט
עס איז זייער שווער צשרייבן איבער דער הייליגער ספר "אשר בנחל". דער ספר וואס מוהרא"ש האט נישט געשריבן מיט טינט נאר מיט בלוט פון זיין הארץ. מען רעדט פון דעם הייליגן ספר וואס פלאמט אויף דאס הארץ צום אייבערשטן. דער הייליגער ספר וואס וועקט אויף א מענטש פון זיין שלאף. דער ספר וואס שרייט אויס "אין עוד מלבדו, עס נישט פארהאן עפעס אנדערש אויסער דער אויבערשטער". "הייב אן פון יעצט, קוק נישט אויף צוריק", "דער אייבישטער דארף דיר יא, הער נישט אויס די וואס זאגן אז נישט", מען קען נישט אנטלויפן נאר צום אייבערשטן", א.א.וו. - וויפיל מען זאל רעדן איבער דעם הייליגן ספר, קען מען אפילו נישט אנהייבן.
אין די לעצטערע יארן ווען עס האט זיך אנגהויבן צו פארמערן תלמידים וואס האבן נישט פארשטאנען קיין לשון הקודש, האט מוהרא"ש אנגעהויבן צו שרייבן מערערע בריוו אויף מאמע לשון, אויף אידיש ספעציעל פאר אנשי שלומינו אין אמעריקע. פון די אלע בריוו האט זיך צוזאם געקליבן עטליכע הונדערט בריוו, וואס דער קרן הדפסה האט הערליך מסדר געווען און אפגערוקט אין 6 הערליכע בענדער.
יעצט איז אנגעקומען אין בית הדפוס א נייע שיפמענט פונעם ספר "אשר בנחל אידיש חלק ב'". און עס ווערט געגעבן די מעגליכקייט צו באקומען דעם ספר ביים טיר פאר קאסט פרייז בלויז $13 אריינגערעכענט דעליווערי.
כאפט אריין ווילאנג עס איז נאך דא, און הייבט אן לעבן א פרישע לעבן, א לעבן פון שלום בית, א לעבן פון לעבן מיטן אייבערשטן, א לעבן פון זיין דבוק אין די תורה, א לעבן פון זיך פרייען מיט יעדע קלייניקייט.
רופט אריין אין קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסט. 2
אדער שיקט אן אימעיל צו office@kerenhadfusa.org.
🌆 שיפמענט אשר בנחל קומט אָן אין קרן הדפסה
📜עצתו אמונה איבערן הייליגן ספר "אשר בנחל"
📬 איש אמונות איבערן הייליגן ספר "אשר בנחל"
כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים