שאלה:
 
א גוטן ר' גרשון קרעמער,
 
ביטע מסביר זיין: ווען איך באקום א ברי, פארוואס ווערט דארט א באבל אויף די הויט? וויאזוי געשעט דאס?
 
ברוך מ.
 

 
ענטפער:
 
זייער א גוטע שאלה האסטו געפרעגט, ברוך.
 
ווי דו פארשטייסט אליין, איז עס זיכער א גוטע זאך. יעדע זאך וואס דער באשעפער טוט איז פאר א גוטע סיבה. מיר וועלן פרובירן צו זען וואס פארא גוטס עס ליגט אין דעם וואס מען באקומט א באבל ווען מען כאפט ח"ו א ברי; דאס וועט אונז לאזן שטיין פארוואונדערט זענדיג די חסדים און וואונדער פונעם באשעפער, אז עס וועט זיך אליין ארויסשרייען: "מה רבו מעשיך ה', כולם בחכמה עשית".
 
"אין אדם נוקף אצבעו מלמטה, אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה" – עס איז נישטא קיין צופאל, קיין דורכפאל, אדער "איך בין א שלימזל". מען דארף טאקע זיין פארזיכטיג, ווייל דער אויבערשטער האט אזוי געהייסן, אבער אויב נאכ'ן זיין פארזיכטיג האסטו נישט באמערקט דעם הייסן טעלער און דו האסט זיך אפגעבריט דעם פינגער – "אוי, עס טוט וויי!" – איז די ערשטע זאך וואס מען זאגט "גם זו לטובה". דערנאך באמערקסטו ווי עס וואקסט ארויס א באבל; אוי וויי, אבער דאס איז אויך לטובה.
 
דער אויבערשטער האט אזוי אויסגעשטעלט, אז ווען די אויבערשטע שיכט פון די הויט ווערט געשעדיגט דורך א ברי, טוט זיך א גאנצע איבערקערניש. די הויט איז נישט בלויז איין שיכט ווי עס זעט אונז אויס אויבערפלעכליך, נאר עס פארמאגט עטליכע שיכטן (לעיערס). די ערשטע זאך טיילט זיך אפ די געשעדיגטע שיכט פון די אונטערשטע שיכט, און עס קומט צו פליסן פּלאַזמא וואס שטעלט זיך אריין צווישן די צוויי שיכטן; דאס איז דער בלעזל (באבל) וואס מיר זעען. דער באבל איז א געוואלדיגע טובה נאך א ברי. די אינערליכע שיכט פונעם הויט איז פיל מער האקל און איידל, און אויב די אויבערשטע שיכט איז געשעדיגט, קען זיך גרינג אריינכאפן שמוץ און באקטעריעס, אדער מען קען זיך סתם אזוי גרינג צורייבן. דער באבל דינט אלס א צייטווייליגער "קושן" צווישן די צוויי שיכטן, און פארמיידט אזוי בסייעתא דשמיא אינפעקציעס. שטודיעס ווייזן אז אויב מען לאזט דעם באבל במנוחה, היילט זיך די הויט אסאך שנעלער און בעסער.
 
אויב מען כאפט א ברי – מען איז חס ושלום דורכגעפאלן מיט א שלעכטע קוק אדער א שלעכטע מעשה – דארף מען שנעל אפטיילן די צוויי שיכטן. מען דארף נעמען א "קושן" און עס לייגן אינצווישן, זאגנדיג: "רבונו של עולם, עס איז נישט איך! איך וויל זיין גוט, העלף מיר, אן דיר קען איך גארנישט". אויב מען נעמט אן דעם עצה, וועט מען זיך אסאך שנעלער און בעסער אויסהיילן בסייעתא דשמיא.