דער הייליגער רבי דערציילט אין די "סיפורי מעשיות" איבער אַ בעטלער וואָס האָט אויסגעזען ווי ער האָט נישט קיין פיס. מענטשן האָבן געמיינט אז ער איז אַ קאַליקער, אָבער באמת האָט ער פֿאַרמאָגט די שענסטע פיס; ער איז נישט בלויז אָנגעגאַנגען אין לעבן, נאָר ער איז אָנגעקומען איבעראל וואו ער האָט נאָר געוואָלט.
 
פארגאנגענעם דאָנערשטאָג פרשת דברים, האָבן די קינדערלעך אין ברסלב'ער חדר געהאַט די זכיה צו זען דעם "בעטלער אָן די פיס", ווען זיי האָבן אויפגענומען דעם בעל מסירות נפש, הרה"ח ר' הערשל הירש שליט"א.
 
דער אויבערשטער האָט אויספרובירט ר' הערשל מיט אַ גאָר שווערן נסיון, וואָס מיר ווינטשן נישט פאר קיינעם. אַלס חתן איז ער אַריבער א שרעקליכן עקסידענט, ווען אַ קאַר האָט אים מיטגעשלעפט און ער האָט נעבעך פארלוירן ביידע פיס. מען האט אפגעלאזט זיין ערשטע שידוך, אָבער זיין אמונה איז געבליבן גאַנץ. היינט צו טאָגס איז ער א איד מלא שמחה; ער טאַנצט, און שפרינגט פאר פרייד, און ער מאַכט פרייליך יעדן איינעם וואָס באַגעגנט אים.
 
ר' הערשל האט דערציילט פֿאַר די קינדער אין חדר וויאזוי ער דערקוויקט זיך כסדר מיט די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א דורכ'ן טעלעפאן. טראָץ וואָס ער קען נישט ארויפגיין די טרעפּ ביי 27 סקילמאַן און איז דאָרט פֿיזיש קיינמאָל נישט געווען, איז ער באמת אַ תלמיד הישיבה מיט'ן גאנצן הארץ און נשמה, און ער לעבט מיט די שיעורים אפשר נאך מער פון אַנדערע מענטשן וואָס פֿאַרמאָגן צוויי געזונטע פיס.
 
ר' הערשל האָט אנגעווארימט די קינדער מיט דיבורי אמונה, נאָכזאָגנדיג א וואָרט פֿונעם ראש ישיבה בשם דעם הייליגן בעל שם טוב הקדוש: "מען קען נאָר שטראָפֿן אַ מענטש אויב מען נעמט צו פֿון אים די אמונה. ווייל ווען אַ מענטש לעבט מיט אמונה, נעמט ער אָן אַלץ באהבה, דעריבער קען מען אים קיינמאָל נישט שטראָפֿן." פילע קינדער האבן זיך געווישט די אויגן הערנדיג די ווערטער פֿון אזא איד, שפּירנדיג אַ געוואַלדיגע דאַנקבאַרקייט צום אייבערשטן אויף די געזונטע פֿיס וואס זיי האבן.
 
קוקנדיג אויף ר' הערשל, האָבן די קינדער געזען אַ לעבעדיגן מוסר ספר. צומאל מאַכט זיך אַז מענטשן מיט געזונטע פֿיס זיצן אין אַ "ווילטשער" – מען בלאָזט, מען רעגט זיך אויף קלייניגקייטן, און מען האָט טענות צום אויבערשטן. דאָ האָט מען געזען אַז די עכטע פיס פון אַ איד איז זיין אמונה און בטחון; דאָס איז דער מאָטאָר וואָס טראָגט אונז איבעראל וואו מיר דארפן. מיט אמונה קענען מיר דורכגיין און איבערקומען יעדע מניעה און בלייבן רואיג און פרייליך, פּונקט ווי דער בעטלער פֿון סיפורי מעשיות.
 
דער שיינער מעמד האָט זיך געענדיגט ווען די קינדער האָבן געזונגען פאר ר' הערשל די שיינע חדר ניגונים – ניגונים וואָס ברענגען אַרויס די שמחה פֿון לעבן מיט'ן אויבערשטן און פֿון טון מצוות ומעשים טובים.
 
אַלע קינדער האָבן זיך אָפּגעלערנט פֿון ר' הערשל אַז מען זאָל זיין דאַנקבאַר פאר'ן אויבערשטן פאר אלעס וואָס מען האָט, און מען זאָל זיין צופרידן אפילו ווען מען האָט נישט אלעס וואָס מען וויל.
 
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות, ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.