באזוך פון ראש ישיבה אין בלומינג גראוו צום סעודת הילולא פון הייליגן רבי נתן
י טבת תשפ"ג 📝
נעכטן מאנטאג אווענט אור ליום עשרה בטבת איז אפגעראכטן געווארן א דערהויבענע סעודת הילולא צום 178סטן יארצייט פון הייליגן רבי נתן, דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבין, וואס איז נסתלק געווארן עש"ק עשרה בטבת שנת תר"ה.
אויף די איינלאדענונג פונעם גבאי פון ביהמ"ד היכל הקודש אין בלומינג גראוו הר"ר בערל לעווי שליט"א איז דער ראש ישיבה געקומען זיך באטייליגן צום יארצייט סעודה, צו מחזק זיין אנשי שלומינו פון קרית יואל והגלילות. אנשי שלומינו אין קרית יואל האבן יעדער גענומען א חלק אין צוגעשטעלן די סעודה, איינער האט געמאכט בליקעס, איינער פיש, דיפס, טרונקען, זופ און אזוי ווייטער.
א גאר א גרויסע ציבור איז זיך צוזאם געקומען צום געלעגענהייט ווען מען וועט האבן די זכיה צו הערן דברות קודש פון ראש ישיבה אין קרית יואל, עס זענען אויך געקומען צו פארן פילע אנשי שלומינו פון מאנסי און פון שטעטל, אלע האבן זיך זייער גוט געפונען אין דעם בית המדרש, ווי עס הערשט א גאר געשמאקע אטמאספער.
דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן מיט א שייע שמועס, פארן שמועס האט דער ראש ישיבה ארויפגערופן א חשובע אינגערמאן מאנשי שלומינו ר' פנחס דוד לעבאוויטש נ"י וואס האט געמאכט א סיום אויפן גאנצן ספר "ליקוטי הלכות" פון הייליגן רבי נתן, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז דאס וועט האפענטליך געבן א שטופ פאר אנדערע אויך אנצוהייבן לערנען ליקוטי הלכות.
דערנאך האט מען געזוגען דעם ניוגן וואס רבי נתן האט געזונען פון "אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט מען זען ווען משיח וועט קומען".
דער ראש ישיבה האט אויסגעשמועסט די סיפור התקרבות פון רבי נתן, ווי ער האט געזען ווי זיי חבר רבי ליפא זאגט די סליחות מיט אן עקסטערע געשמאק, ווען ער האט אויסגעפונען אז רבי ליפא איז נתקרב געווארן צו דעם נייעם רבין אין מעדוועדיווקע, האט ער באשלאסן אז ער גייט אהין, און אויף יענעם ראש השנה איז שוין רבי נתן געווען ביים רבין, נאכדעם וואס ער האט געהערט ווי דער רבי פארלאנגט אז מען זאל זיין ביי אים אויף ראש השנה.
גלייך ביים אנהייב האט אים דער רבי אויסגעזאגט דעם סוד פון זיך אויסרעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס צו א גוטן חבר, און דאן רבי נתן געשפירט אז ער האט ביים רבין געטראפן וואס ער האט געזוכט, ער האט געוויסט אז נישט קיין חילוק וואס אויף אים וועט נאר דורכגיין האט ער שוין די עצה.
דער ראש ישיבה האט פארציילט ווי נאכדעם וואס רבי נתן האט באקומען א תיקון פון רבין צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, בשעת וואס רבי נתן איז געווען א גרויסער תלמוד חכם און א גרויסער למדן. האט זיך אנגהויבן שטארקע רדיפות, אויף אזוי ווייט אז רבי נתן'ס טאטע האט געבעטן זיין שנור זאל זיך גטן פון זיין זון. רבי נתן'ס ווייב האט באשלאסן צו פרעגן איר טאטע וואס האט איר געפרעגט צי רבי נתן לערנט, און ווען זי האט געענטפערט "ער האט אלץ געלערענט, אבער יעצט לערנט ער נאך אסאך מער", האט ער איר געזאגט "זאלסט אקערן מיט די נאז און ברענגען פרנסה", דאס האט געמיינט אז זי זאל טון אלעס וואס זי קען אים צו שטיצן.
דערנאך האט דער ראש ישיבה פארציילט אביסל איבער די פטירה פון רבי נתן ווי ער האט זיך אויסגעדורקט "עזרא הסופר גייט אוועק" דאס האט ער געמיינט צו זאגן אז ער גייט אוועק פון דער וועלט, "און טריף פסול איז זיך מתגבר", דאס מיינט די מינות אפיקורסות און שמוץ, "נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג", האט דער ראש ישיבה געבעטן אז מען זאל זיך מחזק זיין אין הפצה, אזוי אויך צו מחזק זיין און ארויסהעלפן די מפיצים, און זיי העלפן מיט וואס מען קען, מיט געלט, מיט טירחא, מיט רצון.
דערנאך איז דער ראש ישיבה אריין אין א שמועס איבער שלום בית, דער ראש ישיבה האט פארציילט ווי אויף די עלטערע יארן פון רבי נתן'ס טאטע, פלעגט ער רופן זיין זון "רבי נתן", און ווען רבי נתן האט אים געפרעגט פארוואס ער רופט אים מיט א "רבי", האט ער אים געזאגט "פארפאלן, פון דיר האב איך נחת", דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אסאך מאל אין אנפאנג פון די התקרבות איז דא א גרויסע התנגדות פון די משפחה, אבער אויב מען וועט זיך האלטן שטארק, מכבד זיין די ווייב, מכבד זיין טאטע מאמע, קיינמאל זיך נישט טענה'ן, נאר זען ווי מען קען מוותר זיין, און רעדן שיין, וועט מען זען ווי צום סוף וועט זיך אלעס איבערדרייען.
דער ראש ישיבה האט אויסגעפירט "נאך א דיבור צום אייבערשטן, נאך א משנה, נאך א מוותר זיין" נאר דאס נעמט מען מיט.
דער שיינער באזוך פון ראש ישיבה אין בלומינג גראוו וועט לאנג בלייבן איינגעקריצט אין די הארץ פון אלע באטלייגטע. דער גאנצער שיעור פון ראש ישיבה קען מען שוין זען אויף דעם וועבסייט.