לכבוד די נייע ישיבה וואס האט זיך געעפענט אין שטעטל, האבן די איינוואוינער פון שטעטל געהאט די זכי' אז דער ראש ישיבה איז ארויסגעקומען אין שטעטל, און האט באזוכט אין מערערע פלעצער, פון וואס ער האט געשעפט נחת.
 
דער ראש ישיבה איז אנגעקומען אין שטעטל אכט אזייגער אינדערפרי, און זיך געזעצט לערנען אין בית המדרש פון די בחרוים שיעורים כסדרן ביז שחרית; מען האט געדאווענט צוזאמען א ווארימען שחרית. דערנאך איז דער ראש ישיבה געגאנגען מיט די בחורים צו די גראסערי און יעדער האט זיך געקענט קויפן עפעס אויפן ראש ישיבה‘ס חשבון, לכבוד דעם וואס זיי פירן זיך מיט דרך ארץ און לערנען פלייסיג.
 
דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט דעם שיעור אין גמרא פאר די בחורים, און דערנאך אויסגעפרעגט די בחורים ווער עס לערנט דעם בלאט יעדן טאג. איינע פון די חשובע קינדער הילד נחמן פוקס נרו יאיר האט זיך פארהערט ביים ראש ישיבה גאנץ צעטל קטן אויף אויסנווייניג דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט און אים געגעבן געלט דערפאר.
 
דער ראש ישיבה איז דאן געגאנען שפאצירן מיט די בחורים אויף די גאסן אינעם נייעם געגענט און זיך אנגערופן: "איך זע שוין דא שטראמען אידן דא שבת מיט די שטריימלעך, דא וועט זיין א שיינע שטעטל". מען קען הערן א לענגערע באריכט וואס איז אלס געווען אין ישיבה ביים באזוך אויף קול ברסלב ביים שמועס פון די ברסלב‘ע ברודער פון פרשת וירא.
 
שפעטער איז דער ראש ישיבה אריבערגעגאנגען צום בית הדפוס ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה ביי די נייע אפיסעס וואס מען האט נארוואס געענדיגט בויען. איינע פון די אפיסעס איז געווידמעט פאר די סטעף פונעם קרית ברסלב בלעטל, פון דארט ווערט אהערגעשטעלט די שיינע קינדער אפטיילונג, דער ראש ישיבה האט זיך דארט אנגערופן: "די קינדער איז די עיקר, אויף דעם דארף
מען לייגן א דגוש." אויך האט דער ראש ישיבה זיך אומגעקוקט אויף אלע גליונות, קונטרסים און ספרים וואס ווערט געדרוקט אינעם בית הדפוס אויף א טעגליכע פארנעם.
 
דערנאך איז דער ראש ישיבה צוגעפארן צום נייעם "ילד שעשועים“ קימפעטארן היים צום שבע ברכות וואס מען האט דארט געמאכט פאר החתן בנציון נרו יאיר בן מו“ה ישראל חיים ברוין הי“ו - עב"ג מו"ה אייזיק אפפעל הי“ו. מען האט זיך געוואשן צום שבע ברכות מען האט געברענגט טונא און אייער סאלאט פון חדר, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען האט קודם געהאט באשטעלט פאר געלט א טייערע מעניו פון עסן, אבער איך האב געהייסן מען זאל דאס אפרופן, און אנשטאט דעם זאל זיין עסן פון חדר פאר אומזינסט.
 
דער ראש ישיבה האט זייער שיין ארומגערעדט לשבח פון די צוויי חשובע מחותנים וואס העלפן אזוי סאך די קהילה זה בכה וזה בכה. דער ראש ישיבה האט פארציילט וויאזוי די ישיבה האט זיך געבויעט און ווי מען האלט היינט ברוך השם. אויך האט מען ארומגערעדט פון די נס אז מיר קענען מאכן חתונה ביליג אן קיין חובות, מען מאכט חתונה אין בית המדרש פאר אומזיסט. מענטשן ווערן שווערע בעלי חובות ביים חתונה מאכן די קינדער. דערנאך האט מו“ה אהרן וועבערמאן הי“ו פארציילט די היסטאריע וואו עס האט זיך אנגעהויבן די געדאנק פון א קימפעטארן היים, און די סיבה פארוואס מען האט דאס אויפגעשטעלט אין שטעטל.
 
פון דארט איז דער ראש ישיבה אהיימגעפארן מלא רגש פונעם ברסלב‘ן שטעטל וואס פירט זיך אזוי ווי דער הייליגער רבי לערנט אונז, אלע רעדן צום אייבערשטן, לערנען שיעורים כסדרן און פירן זיך אויף שיין אינדערהיים מיט דרך ארץ.