באזוך פון ראש ישיבה שליט"א אין קרית יואל צום ברית לבן הנולד צו ר' שבתי מזרחי
יח טבת תשפ"ג 📝
קרית יואל האט היינט געהאט די זכי' צו האבן דעם ראש ישיבה שליט"א אויף א באזוך אין שטאט. דער ראש ישיבה איז ספעציעל געקומען צו פארן צום ברית אין שטוב פון ר' שבתי מזרחי ני"ו פון די חשובע תושבים פונעם ברסלב שטעטל אין ליבערטי.
דער וואך נאכט איז פארגעקומען נעכטן אווענט צו וואס פילע קרובים, גוטע פריינט און אנשי שלומינו האבן זיך באטייליגט. אנשי שלומינו האבן א שטארקע הכרת הטוב צום בעל שמחה, ווי דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט ביים ברית אז שבתי איז אלץ געשטאנען צו די רעכטע האנט פון די מוסדות, נאך פון אנהייב ווען מען האט געבויעט די ישיבה אין וויליאסבורג אויף סקילמאן, און דערנאך ווען מען האט געדארפט א קעמפ, ביז היינט צו טאגס ווען ער איז דער רוח החיים אין שטעטל, און ער העלפט ארויס מיט אלעם וואס ער קען.
דער ברית איז פארגעקומען אינעם בית המדרש היכל הקודש אין קרית יואל, אויף העיס קאורט. דער ראש ישיבה שליט"א איז ארויסגעפארן פון וויליאמסבורג גענוג פרי צו זיין צייטליך צום דאווענען אום אכט אזייגער, אבער דער אייבישטער האט געהאט אנדערע פלענער. מען האט אריינגעלייגט אינעם "דזשי-פּי-עס" דער נאמען פונעם גאס "העיס קאָורט" Hayes Ct האט דער אייבישטער צוגעפירט אז דער מאשין זאל פארשטיין אז מען רעדט פון א גאס "העיס" אין די דערנעבנדיגע סטעיט "קאנעטיקוט" וואס ווערט אויך געשריבן CT, אזוי ארום איז דער ראש ישיבה שליט"א אנגעקומען אביסל שפעט. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז פון דעם זעט מען אז אפילו א מענטש פלאנט אלעס אויס און ער מיינט אז אלעס שטימט, געשעט נאר דאס וואס דער באשעפער וויל, "מה' מצעדי גבר כוננו".
פילע אנשי שלומינו פון קרית יואל און אזוי אויך פון שטעטל זענען געקומען צום דאווענען, צום געלעגענהייט אז דער ראש ישיבה שליט"א געפינט זיך דא, און אויך לכבודו פונעם בעל שמחה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית, דער ראש ישיבה שליט"א איז געווען דער סנדק, ויקרא שמו בישראל דוד.
דער סעודת הברית איז פארגעקומען אין בית המדרש אויף א פשוטע אופן, מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, און דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט שיינע דברי תורה.
ר' אברהם ראטענבערג, פון די חשובע מתפללים אין בית המדרש, וועלכע האט זיך באטייליגט ביים ברית גיבט אונז איבער די תוכן פון די דרשה פנעם ראש ישיבה שליט"א. דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער די הייליגע שובבי"ם טעג וואס האט זיך יעצט אנגעהויבן, וואס ווי באקאנט פון דעם אר"י הקדוש זענען זיי זייער מסוגל לתשובה. מענטשן ווילן זיין ערליך אידן ווילן מתקן זיין. תשובה טון מיינט אז מען בעט איבער דעם אייבערשטן. מען זאגט דעם אייבערשטן אז מען וויל זיין ערליך און מען גייט שוין זיין ערליך. דער רבי האט נישט געלאזט פאסטן, נאר ענדערש לערן, דאווען, זיי מעביר סדרה. "מעביר סדרה זיין איז א תיקון הברית" האט דער ראש ישיבה געזאגט.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געברענגט א ירושלמי, אז "געלט" זעט אויס זייער נאנט, אבער עס איז זייער ווייט, עס קען נישט געבן געזונט, שלום בית, קינדער. עס קען גארנישט העלפן. עס איז פאקטיש זייער ווייט. אבער דער אייבישטער, טראכטן מענשטן איז זייער ווייט, דער אייבישטער איז זייער הויך אין הימל, די גמרא רענט אויס וויפיל הימלען זענען דא, און ווי ווייט איין הימל איז פון צווייטן, אבער דער אמת איז אז אייבישטער איז פאקטיש זייער נאנט, דער באשעפער איז ביי דיר, נעבן דיר, און מיט דיר, און דער אייבישטער קען דיר יא העלפן, ווען דו ביסט אין א צרה, דארפסט פרנסה, נחת, שידוכים, געזונט אדער סיי וואס, בעט דעם אייבערשטן, ער הערט דיר אויס. ער איז נאנט צו דיר.
דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט ווי דרייצן יאר צוריק האט ער געטראפן דעם בעל שמחה ר' שבתי דא אין ביהמ"ד צום ערשטן מאל ווען דער גבאי הר"ר יואל פארקאש האט גערופן דעם ראש ישיבה שליט"א צו געבן א שיעור. און זינט דאן איז ער אייביג דא מיט זיין ווארים הארץ און געטריישאפט ווי ער העלפט דעם ראש ישיבה מיט אלעמען וואס מעגליך. דער ראש ישיבה האט אויסגעפירט מיטן וואונטשן דעם בעל שמחה ער זאל ווייטער קענען העלפן אריינברענגען דעם אייבערשטן אויף דער וועלט.
נאכן ברית איז דער ראש ישיבה שליט"א געגאנגען באזוכן אין חדר ווי עטליכע קינדער האבן געמאכט סיומים, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה איבערגעשמועסט פארשידענע נושאים מיט די מחכנים און מחנכות אין חדר און אין סקול.
פון דארט איז דער ראש ישיבה ווייטער געפארן צום שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, ווי ער האט מחזק געווען אנשי שלומינו און די הייליגע מוסדות אין קרית ברסלב ליבערטי.
דער באזוך איז געווען א שטארקע חיזוק פאר אנשי שלומינו אין קרית יואל, וואס וועט לאנג געדענקט ווערן.