אויף די בקשה פון איינע פון די חשובע ליינער וואס האט געבעטן אויב מיר קענען שרייבן איבער גראז, וועלן מיר באשרייבן אונזער באקאנטע "באמבו" געוויקס וואס איז אונז גוט באקאנט פאר די שיינע שטארקע סכך אויף סוכות, אבער אנדערש ווי עס זעט אונז אויס אויבנאויף איז עס אבער אין פאקט א "גראז" און נישט קיין בוים, די וועג וויאזוי עס וואקסט און וויאזוי די ווארצלען זענען אויסגעשטעלט, איז עס פון די תבואה משפחה, וואס די גראזן זענען איינע פון זיי.
 
דער באמבו געוויקס איז איינע פון די וואונדערליכסטע געוויקסן אויף דער וועלט, לאמיר זיך אביסל באקענען דערמיט.
 
באמבו איז פון די שנעלסטע וואקסענדע געוויקסן אויף דער וועלט, די כינעזע "מאסא באמבו ביימער" זענען באוואוסט צו קענען וואקסן אזוי שנעל ווי ביז 3 פיס (א מעטער) אין 24 שעה, אבער אפילו די אנדערע סארטן באמבוס וואקסן אין אלגעמיין מער פון א פוס (30 צענטימעטער) א טאג. נאך גרעסער איז די וואונדער פון אויבערשטן, אז טראצדעם וואס זיי וואקסן אזוי שנעל זענען גאר גאר שטארק און פעסט און פילע סארטן באמבוס זענען גאר נאך אסאך שטארקער ווי שטאל, און די סארטן ווערן טאקע שטארק באנוצט אויף צו בויען און פאר מעבל.
 
באמבו וואסט בעיקר און ווערט מערסטסטייל באננוצט אין אזיע ספעציעל אין כינע, יאפאן און אינדיע. מען נוצט עס דארט פאר גאר אסאך צוועקן אריינגערעכענט בויען בנינים, סקעפאלדס (פלאטפארמעס אויף וואס די בויער שטייען ביים בויען הויכע בנינים) פלארס, און מעבל, אזוי אויך ווערט עס שטארק באנוצט דורך האלץ שניצער צו מאכן קונצליכע ווערק, מוזיקאלישע אינסטרומענטן, און פילע סארטן ווערן אויך גענוצט צום עסן נאכן גוט אויפקאכן. און די ארימע לענדער קומט עס זייער צוניץ צוליב וואס עס איז אזוי גרינג צו פלאנצן און וואקסט אזוי שנעל און איז נאכאלץ זייער שטארק.
 
אזוי אויך זענען דא פארשידענע בעלי חיים וואס עסן פרישע באמבו צווייגן, בפרט איז באקאנט די פוילע "פאנדא" בערן, וואס כמעט זייער גאנצע לעבן עסן זיי נאר דאס...
 
דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין די האלץ פון באמבו א נאטורליכע שוץ קעגן באקטעריעס, וואס מאכט עס זייער פאסיג צו נוצן פאר קיך עסצייג. 
 
דער הייליגער תנא רבי אלעזר ב"ר שמעון - פארציילט די גמרא אין מסכת תענית - איז אמאל געגאנגען שפאצירן נעבן טייך רייטענדיג אויף זיין אייזל, ער איז געווען אויפגעלייגט נאכדעם וואס ער האט זייער אסאך געלערענט, און דאס - זאגט די גמרא - האט אים געברענגט צו גאוה.
 
דארט האט ער באגעגענט אן אומבאטעמטער מענטש, וואס האט אים באגריסט "שלום עליכם רבי", אבער רבי אלעזר האט אים אנשטאט צוריק גריסן אים געזאגט "אלע מענטש פון דיין שטאט זענען אזוי אומבאטעמט ווי דיר"?
 
האט דער מענטש געענטפערט, "אויב איך געפעל דיר נישט, האב נישט קיין טענות צו מיר, פרעג דעם אויבערשטן פארוואס ער האט מיר באשאפן אזוי".
 
רבי אלעזר האט זיך גלייך געכאפט אז ער האט דא געגרייזט, ער איז תיכף אראפגעשפרינגען פונעם אייזל און זיך געבעטן ביי דעם איד "איך האב נישט ריכטיג גערעדט, זיי מיר מוחל", אבער דער איד האט נישט געוואלט, זאגענדיג "איך בין דיר נישט מוחל ביז דו פרעגסט דעם אויבערשטן פארוואס ער האט מיר באשאפן אזוי אומבאטעמט".
 
רבי אלעזר האט אים נישט אפגעלאזט, און איז אים נאכגעפארן מיט זיין אייזל ביז יענער איז אנגעקומען צו זיין דעסטינאציע אין זיין שטאט, ווען רבי אלעזר וויינט צו אים ער זאל אים מוחל זיין. אנקומענדיג האבן די מענטשן פון שטאט געזען דער הייליגער תנא רבי אלעזר קומט זענען זיי אלע ארויסגעקומען מקבל פנים זיין דעם צדיק און אים באגירסט "שלום עליך רבי ומורי".
 
האט זיי דער מענטש געפרעגט, "דער מענטש אונטער מיר רופט עטס 'רבי', אויב דאס הייסט א רבי, דארף מען נישט האבן קיין רבי'ס ביי אידן, און האט פארציילט פארן עולם די שמועס וואס ער האט געהאט מיט רבי אלעזר.
 
האבן זיי אים געזאגט, כאטש דו ביסט גערעכט, בעטן מיר דיר זאלסט טון לפנים משורת הדין און אים מוחל זיין, ווייל ער איז א גרויסער תלמוד חכם; דער מענטש האט זיך געלאזט איבעררעדן, אבער האט צוגלייגט בתנאי ער זאל פון יעצט זיין אפגעהיטן נישט צו רעדן אזוי.
 
רבי אלעזר איז תיכף אריין אין בית המדרש אין געזאגט, "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם רַךְ כַּקָּנֶה וְאַל יְהֵא קָשֶׁה כָּאֶרֶז". א מענטש דארף זיין ווייעך ווי א גראזל, און נישט הארט ווי א טענענבוים, און האט געזאגט אז דערפאר האט די קנה זוכה געווען אז מען מאכט דערפון די פענעס וואס מען שרייבט דערפון די הייליגע ספרי תורה, תפילין און מזוזות.
 
א מענטש ווען עס קומט צו זיין כבוד דארף מען זיין ווייעך ווי א גראזעלע און נישט קוקן אויף זיך נאר רעדן שיין, און איבערבעטן, אבער ווען עס קומט צו טון דעם רצון ה' מען דארף גיין צו א צדיק און אים פאלגן, טון אלע תרי"ג מצוות, קען מען נישט זיין ווייעך, דעמאלטס דארף מען זיין ווי א באמבו וואס איז אויך א גראז, און זיך האלטן פעסט. אבער וויאזוי איז מען זוכה צו קענען האבן דעם ריכטיגן באלאנס, מען זאל וויסן ווען צו זיין ווייעך און ווען צו זיין שטארק, דאס קען מען נאר דורך תפלה, אז א מענטש בעט כסדר א תפלה צום באשעפער מען זאל וויסן וויאזוי זיך צו פירן, וועט מען זוכה זיין צו זיין אן אמת'ע ערליכע איד.
 
אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן כיד ה' הטובה עלינו.