באַמיאונגען איבערצוגעבן מאימאנידעס שפיטאל פאר די סיטי דורכגעפאלן
כג סיון תשפ"ו 📝
אין גוטע נייעס הערט מען איבער גוטע אנטוויקלונגען די וואך אין דעם אנגייענדיגן קאמף ארום דעם צוקונפט פונעם מאימאנידעס שפיטאל אין בארא פארק, ווען דער רעגירונג'ס פלאן צו באקומען קאנטראל דערויף האט געליטן נאך א נידערלאגע.
די עסקנים וואס פירן דעם קאמף פארציילן, אז דער ניו יארק סטעיט דעפארטמענט אוו העלט האט נישט ארויפגעלייגט דעם נושא אויפן אגענדע פון דער קומענדיגער פאבליק העלט קאונסיל זיצונג. דאס מיינט אז דער פראצעדור וועט לכל הפחות נישט אזוי שנעל דורכגיין.
מיט עטליכע וואכן צוריק האבן היימישע ארגאניזאציעס פון בארא פארק אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט קעגן דעם וואס די שטאט וויל איבערנעמען דעם שפיטאל, וואס באדינט דעם היימישן ציבור אין בארא פארק שוין פאר לאנגע יארן. א ריכטער האט דאן געאורטיילט, אז זיי האבן נישט געהאט קיין רעכט זיך גלייך צו ווענדן צום דעפארטמענט אוו העלט אריבערצופירן דעם שפיטאל צו שטאטישער קאנטראל, נאר זיי האבן געדארפט דורכגיין דעם גאנצן פראצעדור פון אפהאלטן א פאבליק הירינג, וואו דער ציבור קען זאגן זיין מיינונג.
די עסקנים זאגן אז א שטאטיש-געפירטער שפיטאל איז א גרויסער חורבן; זיי ווייזן אן א ביישפילט פון אנדערע שפיטעלער וואס די שטאט פירט אן נעבן די היימישע געגנטער, וואו עס איז א שאד צו רעדן ווייטער — קיינער טרעט נישט איבער דעם שוועל פון די שפיטעלער. דער רעקארד ווייזט אונז אז אין אלע שפיטעלער וואס די שטאט פירט איז דער צושטאנד זייער שלעכט און קיינער זוכט נישט אהין צו גיין, און מען וויל נישט אז מאימאנידעס זאל זיי נאכפאלגן.
דער אויבערשטער זאל העלפן אז אלע וואס דארפן רפואות זאלן געהיילט ווערן וואס אמשנעלסטן, און מען זאל זיך נאר דארפן באנוצן מיט די שפיטעלער אויף שמחות.
אסאך מאל הערט מען א שאלה: "איך פארשטיי אז מען דארף האבן א צדיק, אבער מען קען דאך גיין צו יעדן רב אדער דיין?" עס איז טאקע אמת אז מען מוז האבן א רב און א דיין, אבער מען מוז אויך האבן א צדיק. ווען מען טראכט נאר אז 'מיימאנידיס' גייט אפשר ווערן א שוואכערע שפיטאל ווייל עס וועט גיין אונטער די קאנטראל פון די שטאט, ווערן אלע אויפגעברויזט: "היתכן? איך וויל האבן דעם בעסטן דאקטאר און דעם בעסטן שפיטאל!" די זעלבע זאך איז מיט אונזער נשמה; מיר קענען נישט גיין צו סתם א דאקטער אדער צו סתם א שפיטאל, מיר דארפן דעם הייליגן רבי'ן. ער פארשטייט אונזער מחלה און ער פארשטייט וואס פארא מעדיצינען מיר דארפן כדי צו זיין געזונט. אז מיר וועלן נעמען זיינע רפואות, לערנען אביסל פון זיינע הייליגע תורות, פאלגן זיינע עצות, זיין פרייליך מיט יעדע זאך, רעדן צום אויבערשטן, לערנען כאטש אביסל יעדן טאג (אפילו בלויז דורכ'ן זאגן די ווערטער), און רעדן שיין צו די ווייב אפילו ווען עס איז שווער, וועלן מיר זוכה זיין צו א גוט לעבן בזה ובבא.