באמיאונגען ווערן געמאכט צו ברענגען פרישע עירליינס צום סטוארט עירפארט אין ניובורג, ניו יארק.
כו אלול תשפ"ו 📝
פאר רוב פון אונזערע ליינער וואלט זיכער געווען אסאך באקוועמער צו קענען ניצן דעם סטוארט עירפארט פאר א נסיעה קיין אומאן אדער פאר סיי וועלכע אנדערע רייזע. וואס איז די מעלה פון דעם עירפארט? עס איז א רואיג פלאץ, רעלאטיוו קליין, אן דעם גרויסן געדרענג וואס מען טרעפט אין די דריי גרויסע סיטי עירפארטס. מען דארף נישט זיצן אין קיין טרעפיק אויפן וועג אהין, און די שורות ביים טשעק-אין און סעקיוריטי זענען פיל שנעלער און קערצער. דערווייל זענען אבער נאכנישט דא דארט קיין סאך פלייטס. דאס איז אבער נישט צוליב דעם וואס דער עירפארט איז קליין – ווייל באמת איז עס בכלל נישט אזוי. די ראנוועיס אין סטוארט זענען ריזיג גרויס, פון די גרעסטע אין גאנץ אמעריקע, און עס ווערט אפיציעל פאררעכנט אלס אן אינטערנאציאנאלער עירפארט וואס פארמאגט די גאנצע אינפראסטרוקטור צו קענען באהאנדלען ריזיגע פליגערס וואס פליען איבערן אקעאן.
די "פארט אויטאריטי", וואס פירט אן מיט דעם עירפארט אזוי ווי מיט די אנדערע גרויסע ניו יארקער עירפארטס, וויל זייער שטארק העכערן די צאל רייזענדע דארט. זיי פארשטייען אז דאס איז א געוואלדיגע געלעגנהייט פאר פאסאזשירן פון אפסטעיט וואס ווילן זיך שפארן דאס פארן ביז די אנדערע גרויסע איבערגעפילטע עירפארטס. באמת האט שוין אויסגעזען ווי דער עירפארט הייבט אן צו בליען און מצליח זיין, אבער דאן האט דער אויבערשטער געשיקט "קאוויד". אלס א תוצאה פון די שווערע צייטן וואס די עירליינס האבן דורכגעמאכט דורכאויס קאוויד, האבן פילע עירליינס אפגעשטעלט זייערע רוטס פון סטוארט, זינט זיי האבן זיך געמוטשעט אנצופילן די פליגערס איבעראל.
חז"ל זאגן אונז דעם באקאנטן מאמר: "פתחו לי פתח כחוטו של מחט ואני אפתח לכם פתח כפתחו של אולם". א מענטש אליין קען גארנישט באווייזן, אבער דער אויבערשטער בעט אונז אנצוהייבן. דער ערשטער שריט איז תפילה; זאג פשוט: "באשעפער, איך וויל צוריקקומען צו דיר". דאס איז די קליינע עפענונג וואס מ'פארלאנגט פון דיר, און דער אויבערשטער וועט שוין ערלעדיגן דאס איבעריגע. דו וועסט זען אז דו וועסט געהאלפן ווערן און זוכה זיין צו ווערן נאנט צום באשעפער.
דאס זעלבע פרובירן יעצט די לאקאלע באאמטע צו טון; זיי פרובירן צו עפענען א קליינע טיר מיט די האפענונג אז דאס וועט עווענטועל עפענען א גרויסן טויער. מען רעדט יעצט איבערן גרינדן א ספעציעלן פאנד. סטעיט סענאטאר סקופיס ארבעט אינאיינעם מיט די "האדסאן וועלי עקאנאמישע דעוועלאפמענט קארפארעישאן" (HVEDC) און די "פארט אויטאריטי" אויף א נייעם פראגראם וואס ווערט גערופן א "מינימום פארדינסטן גאראנטי". אין פלעין אידיש מיינט דאס, אז מען וועט צושטעלן פאר אן עירליין א סארט "אינשורענס" ווען זי עפנט א נייע רוט פון סטוארט עירפארט.
זיי מאכן אזא חשבון: פארוואס זענען עירליינס נישט גרייט צו עפענען פרישע רוטס פון סטוארט? ווייל ווען אן עירליין קומט אריין, ווייסן זיי נישט מיט קיין זיכערקייט צי דער עולם וועט עס טאקע אנהייבן צו נוצן, און זיי באטראכטן עס אלס א צו ריזיקאלישע אינוועסטמענט. דער נייער פאנד אנטשפרעכט צו דעקן דעם לאך, אויב די רוט פארדינט נישט אין די ערשטע תקופה ווי ערווארטעט.
עס ווערט איבערגעגעבן אז עס קומען שוין פאר ערנסטע געשפרעכן מיט א גרויסער עירליין איבער די מעגליכקייט צו עפענען א נייע ליניע פון סטוארט עירפארט צו איינע פון אירע הויפט 'האבס', וואס דאס וועט געבן די געלעגנהייט צו קענען נעמען א פלייט מיט א סטאפ-אווער אינעם 'האב' צו גאר אסאך וויכטיגע דעסטינאציעס.
דער אויבערשטער זאל העלפן מען זאל קענען פארן צום רבי'ן קיין אומאן און צו שמחות געשמאק, געזונטערהייט און אפגעהיטענערהייט מיט שמירת עיניים, און צוריקקומען מיט השפעות טובות.