באנגלאדעש פארלאמענט ווערט אויפגעלעזט
ב אב תשפ"ד 📝
דער פריעמינער מיניסטער אין באנגלאדעש האט געמאלדן אז די פארלאמענט ווערט אויפגעלעזט, און נייע וואלן וועלן ווערן פאררופן, נאכדעם וואס פראטעסטירער האבן איבערגעקערט דאס לאנד, נאכדעם וואס די אלגעמיינע באפעלקערונג האט זיך געשפירט באקריוודעט פון די יעצטיגע פירערשאפט.
צו פארשטיין וואס דא גייט פאר דארף מען זאגן עטליכע ווערטער איבער דעם אומבאקאנטע לאנד. באנגלאדעש" איז א מוסלומענער לאנד אין אזיע וואס האט זיך אפגעריסן פון אינדיע נאך א בלוטיגע קריג בערך פופציג יאר צוריק, און כאטש עס איז אפציעל געווען דארט א דעמאקראטישע רעגירונג, האבן אבער רוב רעגירונגס פאזיצעס געדארפט גיין צו די "עליטע". און נאכדעם וואס די לאקאלע עקאנאמיע איז געגאנגען בארג אראפ זינט קאוויד, האט עס געברענגט גרויס אויפברויז אז כמעט אלע שטעלעס זענען אויסגעשלאסן פון די פשוטע בירגער, און כאטש די פארלימענט האט עס לעצטענס פרובירט אביסל צו באפיצן און געעפענט נאך פאזיציעס פאר'ן ברייטן פובליקים איז דער עולם נישט געווארן צופרידן, און עס האבן אויסגעבראכן גאר שטארקע מהומות אויף די גאסן וואס זענען פארוואנדעלט געווארן צו היציגע פראטעסטן, פילע רעגירונג געביידעס זענען געווארן אונטערגעצינדן און דער פרעמיער מיניסטער מיט נאך רעגירונג באאמטע זענען אנטלאפן עוד נשמתם באפם פון לאנד.
נאך פופציג יאר פון בויען דאס לאנד, און זיין - אזוי גערופן - פארזיכערט אויף זייערע פאזיציעס זענען פילע פון זיי געבליבן בעירום ובחוסר כל, דאס געשעט ווען מען לעבט נעבעך אן תורה ומצוות, אן דעם אויבערשטן, און אן א צדיק, מען טרעפט זיך נאך פופציג יאר בויען א ביזנעס, און נאכלויפן די בהמות, מיט ליידיגע הענט. אבער די וועלכע האבן געהאט שכל און אריינגעכאפט א דאווענען, א תפילין, א פסוק חומש, זיך אפגעגעבן מיט די ווייב און קינדער, דאס קען זיי קיינער נישט צונעמען. דאס בלייבט מיט זיי אויף אייביג לעד ולנצח נצחים.
איר קענט שיקן א שאלה צו askgershon@gmail.com.