אין א פרישע שטיינדל פון הרחבת גבולי הקדושה, איז יעצט איינגעקויפט געווארן א באס פאר די "שאטל" וואס וועט גענוצט ווערן אינעם ברסלבע שטעטל אין ליבערטי.
מיטן פארברייטערטן ציבור וואס וואוינט קע"ה אינעם שטעטל, האט דער ראש ישיבה באשלאסן אז עס איז א נחיצות צו האבן א גרינגע און ביליגע טראנספארטאציע מיטל, סיי אנצוקומען פון איין זייט שטעטל צו די אנדערע, און סיי ארויסצופארן פון שטעטל איינצוקויפן אין די לאקאלע געשעפטן און אזוי ווייטער.
ברוך השם אז מען קען שוין אינפארמירן דעם ציבור אז מען האט שוין געקויפט א צוגעפאסטע שאטל-באס, און עס ווערט יעצט אויסגעארבעט די פרטים פון די סקעדזשועלס און די רוטס, וואו און ווען אלץ עס וועט ארומפארן.
דער שאטל באס וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף באדינען דעם ציבור און ארומפארן אינעם גאנצן שטעטל עטליכע מאל א טאג אויפנעמען פאסאנדזשירן, און זיי אפפירן למחוז חפצם לחיים לשמחה ולשלום. עס וועט בעז"ה מאכן א סטאפ ביי די לאקאלע "וואלמארט" געשעפט, ביים "תלמוד תורה" געביידע, און בעזר השם נאך עטליכע סטאפס. 
פרטים יבואו
 
בילדער