באפרייטע פון אמעריקאנע תפיסות פון די קאוויד תקופה בלייבן אינדערהיים ב"ה
יז כסלו תשפ"ד 📝
א גרויע וואלקן האט געהויערט אויף די אידן וועלכע זענען ארויסגעגאנגען פון טורמע דורכאויס די קאוויד תקופה, אויף וועלכע עס האט געדרויעט א געפאר אז יעצט ווען די קאוויד איז דערקלערט געווארן אלץ געענדיגט, אז זיי זאלן ח"ו צוריק גיין אין תפיסה.
פארשידענע סענאטארן אין קאנגרעס האבן געשטיפט אז מען זאל צוריק לייגן די מענטשן אין תפיסה ח"ו, און געלויבט דעם אויבערשטן אז מען האט באוויזן צו איבערצייגן די פילע געזעצגעבער אז דא רעדט מען נאר פון ארעסטאנטן וואס האבן נישט קיין שום רעקארד פון געוואלדטאטן, און מען זאל זיי צורוה לאזן.
מוהרא"ש זי"ע פלעגט זאגן אז תפיסות דארפן ווען זיין געמאכט נאר פאר מענטשן וואס טוען קראנקע זאכן מיט קינדער, און זענען א סכנה פאר די מענטשהייט, אויף זיי טאר מען נישט קיין רחמנות האבן, נאר מען מוז איינשפארן לעולם ועד, זיי זאלן נישט זען די שיין פון די זון; אבער מענטשן וואס זענען דורכגעפאלן מיט געלט זאכן קומט נישט אזא זאך ווי תפיסה. זיכער דארף מען באצאלן דאס געלט וואס מען איז שולדיג, אבער אין תפיסה געהערן זיי נישט.
אידישע קינדער טאטעס און מאמעס און גוטע פריינט האבן געוויינט צום אויבערשטן יעדן טאג אז מען זאל די אלע באפרייטע ארעסטאנטן שוין לאזן אינדערהיים, און קענען בלייבן אויף די פריי, און וועלן קענען דינען דעם אויבערשטן אומגעשטערט. יעצט זעט מען ווי תפילות פון אידישע קינדער זענען געענטפערט געווארן.
אויך זעט מען אז אפילו ווען עס זעט אויס ווי א צרה ח"ו, עס איז געקומען די קאוויד תקופה, וואס ווי שווער עס איז געווען אין אלגעמיין איז עס אין תפיסה געווען שרעקליך. ארעסטאנטן פארציילן ווי אין יענע צייט האט מען זיי אלע איינגעשפארט פאר וואכן לאנג אליינס און איינזאם, זיי האבן כמעט נישט געהאט קיין שאנס צו זען די שיין פון די זין, כאפן א שויער, אדער מאכן א טעלעפאן רוף, און ווער רעדט נאך פון דאווענען מיט מנין. אבער פאר די אלע איז עס געווען צום סוף זייער ישועה, ווען דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין געדאנק פארן איש החסד ר' משה מארגערעטן פון די חשובע צדק ארגאניזאציע אז מען זאל דורכפירן א געזעץ צו באפרייען אלע ארעסטאנטן וואס האבן סיי וועלכע געזונט אישו, אדער זענען שוין אביסל עלטער. און געלויבט דעם אויבערשטן אז פילע משפחות האבן זיך געקענט פאראייניגן מיט זייערע באליבטע אין די פארגאנגענע יארן, און יעצט האט דער אויבערשטער ווייטער געהאלפן אז דאס וועט שוין בלייבן פערמענאנט בסייעתא דשמיא.
ברוך מתיר אסירים