באציאונגען צווישן אמעריקע און ווענעזועלע ווערן אנגעצויגן
כח כסלו תשפ"ו 📝
די שפאנונג צווישן די פאראייניגטע שטאטן און ווענעזועלע האט זיך שטארק פארערגערט אין די לעצטע חדשים. אמעריקע האט א שטארקע אנוועזנהייט פון נעווי שיפן אינעם ראיאן, זיי האבן שוין באמבאדירט פילע ווענזועלע קליינע שיפלעך מיט'ן טענה אז זיי פירן דראגס, אזוי אויך האט אמעריקע קאנפיסיקירט א שיף מיט אויל פון ווענעזועלע אין די לעצטע טעג, און גלייכצייגטיג האט אמעריקע שטארק פארשטארקט די סאנקציעס קעגן ווענעזועלע. אין אנדערע ווערטער איז די לאנג-יעריגע דיפלאמאטישע רייבערייען פארוואנדעלט געווארן אין א שארפע קאנפראנטאציע.
אויבערפלעכליך איז די מלחמה איבער אויל, דראגס, און ראיאנאלע זיכערהייט. וואשינגטאן ווייזט אן אויף די פארפלייצונג פון דראגס וואס קומען פון ווענעזועלע, אין דער צייט וואס קאראקאס באקלאגט זיך אויף פארלעצונגען פון זייער זעלבסטשטענדיגקייט און אומ'יושר'דיגע סאנקציעס.
עס איז די גרעסטע שמחה פאר די מידיע ווען עס הייבט זיך אן א מלחמה. דאס איז זייער ביזנעס און פון דעם לעבן זיי. אנדרייען שרעק, צומישעניש, און דאס - האפן זיי - וועט ברענגען פרישע קונים פאר זייערע באריכטן. מיר זענען אויך אין דער מידיע וועלט. און מיר זענען אויך פרייליך צו דערקלערן קריג. אבער אונזער קריג איז פארקערט, אונזער קריג איז קעגן די שרעק און צעמישעניש. מיר דערקלערן קריג קעגן דראגס, קעגן נארקאטיקס. דער סמ"ך מ"ם פרובירט אויף אלע וועגן אונז צו הרג'ענען. ער דארף נישט דיין בעקיטשע, ער דארף דיך. ער דארף נישט די עבירה, ער וויל דו זאלסט אויפגעבן. ער פרובירט דיר אונטערצושיקן אומלעגאלע דראגס מעסעדזשעס אז דו ביסט שוין דערנאך, איך האב שוין אפגע'הרג'עט מיין לעבן. איך האב שוין נישט קיין וועג צוריק. אבער מיר טוען גענצליך אפווארפן די באהויפטונגען. תשובה איז נישט קיין בער. תשובה איז נישט א מדריגה וואס נאר גרויסע צדיקים קענען צוקומען דערצו. עס איז אזוי ווי ווען איינער זאגט אז עסן מצה איז אזוי גרויס, נאר גרויסע צדיקים קענען צוקומען דערצו. ניין, יעדער קען צוריק קומען צום אויבערשטן. דו דארפסט סך הכל עפענען דיין מויל און זאגן "באשעפער, זיי מיר מוחל, איך וויל נישט, עס איז נישט מיך, איך וויל נאר דיר, העלף מיר, איך קען נישט אליינס." און דער אויבערשטער נעמט דיר תיכף צוריק.
אנאליסטן זאגן אז בעיקר שטערט פאר טראמפ אז ווענעזועלע - א שכן אינעם בעק יארד - איז זייער נאנט מיט אמעריקע'ס שונאים ווי רוסלאנד, איראן, און קובא, אויף וואס ווענעזועלא זאגט אז זי דארף האבן זייער חברותא זיך צו באשיצן פון אמעריקע'ס אגרעסיע.
מיר וועלן פון אונזער זייט ווייטער זיין שטארק מיט אמונה, און וויסן אז אלעס פירט דער אויבערשטער. טראמפ איז נישט קיין "וועלט פירער" און אמעריקע איז נישט די "שטערקסטע" אויף דער וועלט. דער אויבערשטער פירט אזוי שיין זיין וועלטל, און מיר זענען דא בלויז אים צו דינען און זיך אראפלערנען שיינע זאכן פון אלע פאסירונגען.