דער וועכענטליכע בארימטע "ליל שישי שיעור" פון ראש ישיבה שליט"א איז א מאגנעט וואס ציעט יעדע וואך פילע הונדערטער אינגעלייט וואס באקומען פון דעם שיעור הדרכה און עצות וויאזוי אנצוגיין ווייטער און אנצוהייבן פון פריש דינען דעם אייבערשטן. וויאזוי נישט צו צופאלן פונעם סמ"ך מ"ם וואס פרובירט אונז נאר צו מאכן טראכן אז מיר זענען איין שטיק דורכפאל, און כיאלו חס ושלום דער אייבישטער דארף אונז נישט. ער פרובירט אפצושוואכן די ליבשאפט צווישן מאן און די ווייב עס זאל נאר ווערן א שטיקל וויכוח, און אזוי פרובריט ער אראפצואווארפן אידישע קינדער אין מ"ט שערי טומאה.
 
דערפאר קומען זיך צוזאם הונדערטער אינגעלייט צו הערן די ווערטער פון ראש ישיבה יעדע וואך, וואס חזרט מיט אונז די הייליגע ווערטער פון די פריערדיגע צדיקים, די היילגיע עצות און חיזוק פון הייליגן רבין, וואס האט עס געשריבן דווקא פאר אונזער דור, אויפן וועג וואס מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערענט, און מען הערט פון פריש יעדע וואך ווי דער אייבישטער האט מיך יא ליב, און אז איך קען נאך יא תשובה טון, און תשובה איז בכלל נישט קיין בער. אויך הערט מען חיזוק פון ראש ישיבה נישט צו ווערן צופאלן ווען די ווייב זאגט א ווארט, בלייבן געבן נאר גוטע ווערער, און זיין א נותן און נישט קיין מקבל, און אזוי מאכן רוען די שכינה אין שטוב.
 
יעצט ערב שבועות וועט דער ראש ישיבה מיטן אייבערשטנ'ס הילף קומען קיין בארא פארק, און וועט בעזר השם לאזן הערן דעם דבר ה' עצות און חיזוק פון די הייליגע תורה, וויאזוי אויך אונז אין אונזער שווערע מצב קענען אויך מקבל זיין די תורה, און אויך באקומען די אלע גוטע מתנות און סגולות וואס קומט מיטן לערנען די הייליגע תורה.
 
דער שיעור וועט פארקומען אינעם בית המדרש אויף 4801 11 עוו. אום 9:00 אווענט.
 
צהלי ורוני יושבת בארא פארק!