כאטש דער בית המדרש היכל הקודש טבריה גייט שוין אן פאר א שטיק צייט מיט גרויס הצלחה, האבן זיי געהאט איין שוועריקייט וואס האט זיי זייער געפלאגט, נעמליך דאס האבן א ספר תורה.
 
אין די ערשטע תקופה פונעם בית המדרש פלעגט דער גבאי אריבערגיין צום שכנות'דיגן בית המדרש - לעלוב, וואס פלעגט זיי בארגן יעדע וואך א ספר תורה, וואס איז אבער געווען פארבינדן מיט גרויסע טירחות.
 
שפטער האט מו"ה שלמה טייטלבוים געשאפט א הונדערט צען יעריגע ספר תורה - געשריבן אין שנת תרע"ג, וואס איז געלעגן ביז יעצט אין ישיבת תפרח פון זיין זיידע כ"ק הרב מרדכי דוד טייטלבוים זצ"ל האדמו"ר מהוסאקוב פון באר שבע. מען האט געפרעגט א רב אויב מ'דארף עס מגיה זיין, און דער פסק איז געווען אז מען דארף דאס נישט מגיה זיין. למעשה א וואך נאך פסח, שבת קודש פרשת שמיני ביים ליינען האט מען געטראפן עטליכע מחיקות, און מען האט געזען אז מען קען נישט נוצן אזוי דעם ספר תורה מער אן דעם וואס מען זאל דאס גרונטליך מגיה זיין.
 
דער גבאי פון בית המדרש מו"ה יוסף סאקס הי"ו האט זיך נאכגעפרעגט וויפיל עס קען קאסטן צו מגיה זיין דעם ספר, און דער ענטפעראיז געווען בערך פינף טויזענט שקל. למעשה האט מען ווידער געדארפט בארגן פון בית המדרש לעלוב.
 
 
און געלויבט דער אייבערשטער, אז נאך א לאנגע צייט וואס אנשי שלומינו האבן זיך געפלאגט צו האבן א ספר תורה און נאך אסאך תפילות האט דער אויבערשטער געהאלפן אויף זייער אן אינטערעסאנטע וועג.
 
איין שבת קודש אינדערפרי שפאצירט אריין מו"ה גדלי' גבאי הי"ו אין בית המדרש, וואס כאטש ר' גדלי' וואוינט בכלל נישט אין דער געגענט און קומט בכלל נישט דאווענען אין היכל הקודש.
 
און זייענדיג שבת קודש אין שול האט ער מיטגעהאלטן די פיזור הנפש וואס מען האט מיטן ספר תורה, ווי מען פלאגט זיך יעדע וואך צו שאפן א ספר תורה, האט ער זיך אנגערופן צו די גבאים אז בהשגה פרטית ענדיגט ער יעצט צו שרייבן א נייע מהודר'דיגע ספר תורה לעילוי נשמת זיין טאטע הר"ר אהרן ז"ל (וואס איז אלע יארן באקאנט געווען אלס "איש מירון"), און עס איז אים א זכי' צו ברענגען דעם ספר תורה דא אין היכל הקודש טברי', ווי מען וועט ליינען דערין בקיבעות מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף.
 
די מתפללים זענען געשטאנען געפלעפט פון די געוואלדיגע מעשה פון תפילה וואס דער אייבערשטער האט דא געהאלפן אזוי אפן. מען האבן זיך שטארק באדאנקט פאר אים און אים געוואונטשן אלע גוטע ברכות.
 
ר' גדלי' האט שפעטער געזאגט: "איך שפיר אז דער אויבערשטער האט מיר דא אריינגעפירט נאר פאר דעם, איך האב נישט געוויסט פארוואס איך קום דא דאווענען, יעצט ווייס איך שוין פארוואס".
 
די כתיבת ספר תורה איז פארגעקומען אין מירון מיט משפחת גבאי, און שבת קודש פרשת פנחס פאר'ן קריאת התורה האט מען געמאכט א באשיידענע הכנסת ספר תורה אין בית המדרש היכל הקודש טברי', מען האט געטאנצן און געשפרינגן מיטן ספר תורה, מען האט זיך געפריידט מיט די זיסע תורה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, און פאר די לעכטיגע סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן, וואס מיט דעם קען מען זיין צוגעקלעבט צו די תורה יעדן איינציגן טאג. נאכן דאווענען איז געווען א שיינע קידוש לכבודה של תורה.
 
דער אייבערשטער זאל העלפן אז פון דעם שיינעם ווינקעלע זאל ארויסקומען א לעכטיגקייט פאר דעם גאנצן געגענט, אלע זאלן וויסן פון די לעכטיגע זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן.
 

שישו ושמחו בשמחת התורה