באשיידענע קידוש לרגל הולדות הבת ביי מו"ה אברהם משה שטראסער הי"ו
כח שבט תשע"ח 📝
פארגאנגענעם דאנערשטאג האט מו"ה אברהם משה שטראסער הי"ו, מנהל ת"ת ברסלב עולה געווען לתורה און א נאמען געגעבן פאר זיי ניי געבוירענע טאכטער למזל טוב.
נאכן דאווענען האט מו"ה אברהם משה הי"ו, צוגעשטלט א לחיים פון געשמאקע לקח און טרונקען, און דער עולם האט ווארעם אנגעווינטשן דעם בעל שמחה.
דער ראש ישיבה שליט"א האט זייער מחזק געווען דעם בעל שמחה, און געזאגט אז ממנו ילמדו וכן יעשו, אז מען זאל פראווענען שמחות מיט אן אמת'ן אידישן חן און געשמאק.
בילדער