די בוי ארבעט ביים נייעם בנין אין אומאן רוקט זיך ווייטער
א אלול תשע"ז 📝
די בוי ארבעט ביים נייעם בנין אין אומאן גייט ווייטער אן מיט א פעסטקייט, די וואך האט מען שוין ארויפגעצויגן די צעמענטענע זוילן וואס וועלן האלטן דעם בנין, ווי עס זעט אבער אויס וועט דער בנין נאכנישט זיין גרייט צום באנוץ אויף דעם קומענדיגן ראש השנה, דעריבער וועלן מיר דאס יאר ווייטער זיין אינ'ם זעלבן פלאץ ווי די לעצטע פאר יאר. דערווייל ווערט דער צייטווייליגער פלאץ אויך אויפגעפרישט און פארראכטן צו די באקוועמליכקייט פון אנשי שלומינו.
די פארגאנגענע יאר האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גאר א גרויסע סוקסעס דער רחבת'דיגער פלאץ וואס מיר האבן אהערגעשטעלט אין אומאן, וואו אלע אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש האבן פארברענגט דעם יום טוב אינאיינעם, בראשות דעם ראש ישיבה שליט"א. מען האט געדאווענט די תפלות אינאיינעם מיט גרויס השתפכות הנפש אין אונזער שיינעם בית המדרש, מען האט געגעסן די סעודות שבת ויום טוב אינאיינעם אינ'ם גרויסן עס זאל, עס איז צוגעשטעלט געווארן פילע פלעצער צו שלאפן, מיט אן אייגענע פריוואטע מקוה אויפ'ן ארט. און במשך די הייליגע טעג אין אומאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן דרשות התעוררות און התחזקות פונ'ם ראש ישיבה שליט"א.
יעצט ווען מען האלט שוין ביים לעצטן וואך פון קעמפ אין "מחנה תפארת התורה", נוצן די בחורים אויס ווי עס דארף צו זיין די לעצטע פאר טאג אין קעמפ, דער קול תורה הילכט אפ אין קעמפ, ווען די צענדליגע טייערע בחורים זיצן און הארעווען אויף די הייליגע תורה, און נוצן אויס די טייערע צייט זיך אנצופולן מיט תורה און יראת שמים. ווער עס קומט נאר אריין אין קעמפ קען גלייך שפירן די לויטערע לופט, די לופט וואס איז אנגעפולט מיט תורה, מיט תפלה, מיט אסאך רעדן צום אייבערשטן.
די אכט וואכן פון קעמפ איז די ריכטיגע הכנה צו די ימים נוראים ווען מיר גייען שוין אט אט אריינטרעטן אין די הייליגע פארכטיגע תשובה טעג ווען עס גייט פארקומען דער פארכטיגער משפט, מען גייט אנשרייבן פאר יעדן מענטש ווי אזוי זיין יאר וועט דורכגיין.
די גאנצע ישיבה גרייט זיך איינאיינעם מיט פילע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט צו פארן אויף ראש השנה קיין אומאן, צו נעמען דעם הייליגן רבי'ן פאר א גוטן אדוואקאט, אזוי ווי דער רבי האט צוגעזאגט אז ער וועט ארויסהעלפן יעדן וואס וועט קומען צו אים אויף ראש השנה, און זען אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר.
ראש השנה שלי עולה על הכל!
מיר האבן ארויפגעשטעלט פרישע בילדער און קליפס פון די אנגייענדיגע ארבעט ביים בנין אין אומאן.
צו זען די בילדער
צו זען די קליפס