בוי ארבעט אין בית המדרש היכל הקודש קרית יואל
ה חשון תשפ"ג 📝
קרית יואל. - די וואך שבת קודש, ווען אנשי שלומינו זענען אריינגעקומען זענען געקומען דאווענען האט זיי אנטפאנגען א געשמאקע איבעראשונג. מען האט געזען אז די פאקטישע בוי ארבעט צו פארברייטערן און איבערפרישן דעם בית המדרש האט זיך שוין ברוך השם אנגעהויבן.
דער בית המדרש היכל הקודש אין קרית יואל געפונט זיך שוין פאר לאנגע יארן צום גוטן אויף העיס קאורט, ווען הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א האט אראפגענומען איינע פון די דירות וואס ער פלעגט פארדינגען און עס מנדב געווען אז אנשי שלומינו אין קרית יואל זאלן האבן א ווינקל ווי מען קען זיך צוזאם נעמען און הערן די ווערטער פון הייליגן רבין. מען האט עס דאן שיין איבערגעפיקסט און איינגערישט פארן בית המדרש.
אזוי גייט שוין דער בית המדרש אן צום גוטן ווען מען דאווענען אינאיינעם אלע תפלות שבת קודש און ימים טובים, און ווערט געפירט דורכן געטרייען גבאי הר"ר יואל פארקאש שליט"א וואס געט איבער יעדן שבת קודש ביי סיפורי מעשיות און שלש סעודות די ווערטער פון הייליגן רבין ווי ער האט עס מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע.
אין די לעצטע האלבע יאר איז צוגעקומען די וועכענטליכע "עצתו אמונה פארברענג" יעדע דינסטאג נאכט וואס ציעט צו זיך פילע אנשי שלומינו וואס וואס קומען זיך צוזאם, מען לערנט אינעם הייליגן ספר "פעולת הצדיק" ווי מוהרא"ש זי"ע פארציילט די געשיכט פון הייליגן רבין וויאזוי ער איז געווארן א צדיק, מען לערנט "אשר בנחל" און "עצתו אמונה" און מען נעמט ארויס דערפון עצות וויאזוי אויך מיר קענען ווערן ערליכע אידן, דערנאך פארציילן אנשי שלומינו מעשיות פון תפלה, און מעשיות פון הפצה, וואס פלאמט אויף די הערצער צו רעדן צום אייבערשטן, און צו פארגינען פאר נאך א איד זאל וויסן פון די הייליגע עצות.
אויסערדעם וואס די צאל באי בית המדרש ווערט ב"ה כסדר פארמערט, און מען מוז נויטיג פארגרעסערן דער בית המדרש, איז שוין דער בית המדרש שטארק אפגענוצט געווארן נאך אזוי פיל יאר וואס מען נוצט עס כסדר. יעצט האט זיך ברוך השם פארמירט א וועד עסקנים וואס נעמען צוזאם נדבות פון אנשי שלומינו וואס קויפן זכותים אין בית המדרש. עטליכע זכותים זענען נאך אוועיליבל, מען קען זיך ווענדן צו מו"ה נתנאל פארקאש הי"ו אויף 845-665-4889 צו האבן די זכיה און נעמען א חלק און אויפהאלטן דעם בית מקדש מעט.
פאלגענד זענען די פרייזן און די זכותים:
שער בית המדרש $3,000
טיילס $2,400
זעכציג בענקלעך $6,000 (פארקויפט)
שער עזרת נשים $1,000
קאווע שטיבל $950
א יאר קאווע $1,250
א יאר מזונות פאר קידוש $2,500 (פארקויפט)
פלאר $850
סינק $500
פענסטער $850
פלאמבינג מאטריאל $1,100
קאנסטראקשען מאטריאל $1,400
עלעקטריק מאטריאל $1,050
פעינטן $1,500
סקרעיפן $1,200
פלאמבינג ארבעט $1,500
קאנסטראקשען ארבעט $1,600 (פארקויפט)
עלעקטריק ארבעט $1,500
פרעימינג $1,000
סיין אינדרויסן פון ביהמ"ד $1,000 (פארקויפט)
ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם