מיט יעדן פארבייגייענדן טאג ווערט די בענקשאפט שטארקער צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה. מען שפירט אין די לופטן דעם רבי'נס רוף: "קיינער טאר נישט פעלן", "ראש השנה קען איך יעדן פאררעכטן". אנשי שלומינו ווילן שוין קויפן טיקעטס צו קענען פארן צום הייליגן רבי'ן, און די טראוועל אגענטן אדווערטייזן שוין אין גרויסן די פילע טיקעט אפציעס וואס מען קען נעמען.
 
אין די זעלבע צייט קומען אריין פרישע אפדעיטס אז דער פראיעקט אויפצובויען דעם נייעם בנין אין אומאן רוקט זיך פאראויס מיט גרויסע טריט. פון די בילדער וואס מיר האבן באקומען פון אומאן קען מען זען ווי מען האלט שוין נאכ'ן אויפציען די שטארקע פונדאמענט-ווענט, און מען רוקט זיך שוין צום קומענדיגן פאזע, מען בויעט שוין די פלאָרס.
 
עס איז אינטערסאנט צו וויסן אז דער גאנצער בילדינג ווערט געבויט אלס א "סופּערסטראָקטשער". דאס מיינט אז דער גאנצער בנין וועט שטיין אויף שטארקע קאָנקריט זיילן און סעמענטענע פלארס, און אלע פשוט'ע ווענט וואס וועלן שפעטער צוקומען דורכאויס דעם בילדינג וועלן בלויז דינען ווי "מחיצות" — פשוט אפצוטיילן צווישן איין צימער און דעם צווייטן. דאס איז נישט ווי געווענליך אין אסאך בנינים וואס טייל פון די ווענט זענען א חלק פונעם סטרוקטור וואס מען קען נישט אוועקנעמען.
 
מען בויט דעם פלאָר אויפ'ן סייט מיט א ספעציעלע סיסטעם. אנשטאט צו ברענגען גרייטע צעמענטענע פּלענקס, שטעלט מען אויף א צייטווייליגן האלצענעם פרעים, אונטערגעשטיצט מיט פילע אייזערנע שטאנגען. אויף דעם פרעים וועט מען ארויפגיסן דעם נאסן צעמענט, וואס וועט ווערן דער פלאָר פונעם ערשטן שטאק. דער פראצעס נעמט אביסל צייט — מען וועט דארפן ווארטן בערך א חודש ביז דער צעמענט טריקנט זיך אינגאנצן אויס און ווערט הארט ווי א שטיין. דאן וועט מען בעז"ה קענען אראפנעמען די האלצענע פלאטפארמע, און דער פלאָר וועט שוין קענען שטיין אליין אויף אירע אייגענע פיס.
 
עס איז וויכטיג צו דערמאנען אז אנצוקומען קיין אומאן גייט נישט סתם אזוי מיט'ן קויפן א טיקעט; צוערשט קומט פארשטייט זיך תפילה, וואס אן דעם קען מען דאך גארנישט אויפטון. בפרט ווען עס קומט צו פארן צום רבין קיין אומאן, לייגט זיך דער סמ"ך מ"ם אריין מיט אלע כוחות צו שטעלן שטיינער אין וועג. אבער ווי אנשי שלומינו האבן שוין געזען אין די פארגאנגענע יארן, האט מען מיט תפילות זוכה געווען צו שיינע זאכן, און אומאן ווערט שענער און בעסער יעדעס יאר.
 
פאר אנשי שלומינו איז דאס זיין אין אומאן אויף ראש השנה א זאך אויף וואס מען קען נישט מוותר זיין; "לב יודע מרת נפשו" – יעדער וויל תשובה טון, יעדער וויל זיין אן אמת'ער ערליכער איד, און יעדער דארף ישועות. וויאזוי קען מען דען בלייבן אינדערהיים ווען דער רבי האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין א לאָיער פאר יעדן איינעם וואס קומט צו אים אויף ראש השנה? און כאטש דער סמ"ך מ"ם לייגט אונטער שטיינער און פיסלעך פון אלע זייטן, טוען אנשי שלומינו מתפלל זיין מען זאל דאס אלעס קענען איבערקומען, און זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה.

 
פאַר קאָמענטאַרן אָדער שאלות ביטע רופט אָדער טעקסט 845-445-7447 אָדער שיקט אַן אימעיל צו askgershon@gmail.com.