א בוים פאלט אראפ אין וואלד
ז טבת תשפ"ה 📝
שאלה: ווי איך ווייס איז "קול" בלויז "לופט כוואליעס" וואס ווערט געשפירט דורך די אויער, און עס האט נישט קיין ממשות. אויב אזוי א בוים וואס פאלט אראפ אין א ליידיגע וואלד וואו קיינער געפונט זיך נישט, מאכט עס בכלל א קול?
ענטפער: לאמיר אביסל אריינגיין און זיין "רואים את הקול" און זען וואס איז דאס קול און וואס איז דאס קול כוואליעס. עס איז פלאי פלאים נפלאות הבורא וויאזוי מיר "הערן". שטעלט אייך פאר איר האלט אן אויסגעצויגענע ראבער בענד און איר געבט עס א קליינע קיצל, עס וועט זיך אנהייבן אזוי צו שאקלען. די שאלערייען וואס דאס מאכט צושטערן די רואיגקייט פון די לופט ארום דעם און מאכט "לופט כוואליעס", ווען די כוואליעס קומען אן צו געוויסע פיצעלע זייער הייקעלע פיצקעלע הארעלעך טיף אינעם אויער וואס שאקעלט זיך לויט די סארט קול וואס עס האט אהין דערגרייכט, און דאן שיקט עס א מעסעדזש פאר'ן מח, וואס קאנווערט דעם שאקל וואס ער האט געשפירט צו א קול וואס מיר "הערן".
דעם שאלה צי מען קען רופן "קול" בלויז ווען עס זענען דא שאקלערייען אין די לופט, אדער עס מוז זיין איינער וואס זאל עס "הערן" כדי מען זאל עס רופן "קול" וועלן מיר איבערלאזן פאר די לומדים, פילאזאפן, און חוקרים. פילע פון זיי האבן שוין אוועקגעגעבן טעג, וואכן, יארן און אפילו זייער גאנץ לעבן אויף דעם וויכטיגן שאלה וואס האט נאך נישט קיין קלארע ענטפער ביזן היינטיגן טאג.
איין זאך קענען מיר אבער יא קלאר זאגן, אז ווען זיי האבן גערעדט און זייער קעלבערנע נאכפלאגער האבן אפילו געהערט, איז עס נישט געווען קיין קול, און עס איז נישט געווען קיין כוואליעס. ווען א מענטש רעדט אפילו שטילערהייט און קיינער בלויז דער אויבערשטער הערט עס, דאס איז זיכער א קול, און דאס קומט אן זייער ווייט. ווען א מענטש רעדט פון חקירות און פילאזאפירט פון זאכן וואס איז אים נישט נוגע, קען מען דאס בכלל רופן רעדן?
דער מדרש פארציילט איבער צוויי מענטשן וואס זענען געגאנגען אין גאס אינאיינעם, איינער איז געווען א גרויסער פראפעסאר, ער האט געלערענט אין קאלעדזש לאנגע יארן, און ארויסגענומען דעגריז אין פילע תחומים, און איז געווען בארימט אין דער וועלט מיט זיינע פארשונגען. ער האט געקענט פאראויסשאצן פילע זאכן, ער האט גוט געקענט אסטראנאמיע, געאגראפיע, פילאזאפיע, פיזיקס און נאך. זיין באגלייטער איז געווען א פשוט'ער דארפס מאן, וואס אויסער מעלקן זיינע קוען און מאל ווייץ האט ער גארנישט געוויסט. קיינער האט נישט גערעדט פון אים און קיינער האט אים נישט געקענט, און זיין מיינונג איז בכלל נישט געווען אינטערעסאנט צו הערן, "וואס פארשטייט ער?". יענעם טאג האט זיך גע'רעש'ט אין שטעטל איבער א גרויסע סענזאציע, מען האט געשמועסט אז די וועלט גייט חרוב ווערן, א גרויסע שטערן פון די ווייטע ספערן קומט צו פליען, און עס וועט נישט לאנג נעמען אין דער גאנצער וועלט איז חרוב. אלע האבן געפאניקט, און אלע האבן געוואלט הערן פונעם גרויסן פראפעסער זיין מיינונג, וואס גייט זיין, ווען גייט עס זיין, און וואס קען מען טון צו ראטעווען די וועלט. דער גרויסער ידען האט זיי אוודאי נישט אנטוישט, ער נעמט ארויס זיין גרויסן טעלעסקאפ, און אזוי שפאצירן זיין ארויס אויף די גאסן צי באטראכטן די שטערנס און קענען אפשאצן מיט א קלארקייט וואס עס ערווארט אונזער פלאנעט. אינמיטן די וועג איז געווען א גרויסער גרוב, פונקט היינט האבן די שטאטישע ארבייטער דורכגעפירט רוטינע ארבעט אויף די אפלויף סיסטעם אין שטאט, און וויבאלד זייער ארבעט איז נאכנישט געווען פארטיג האבן זיי אנגעצייכענט ארום מיט שטארקע סימנים אז מען זאל אכטונג געבן, און נישט אריינפאלן, דער פראפעסער זייענדיג אריינגעטון אין זיינע שטערנס האט נישט געזען און נישט געהערט, און כאטש זיין באגלייטער האט אים פרובירט צו שרייען "וואו גייסטו", האט ער נישט געהערט, און נישט געוואלט הערן "וואס פארשטייט ער, דער פויער?", און איאיינעם מיט זיינע טייערע כלים האט ער אריינגעטראסקעט אינעם טיפן גרוב, און דער פראפעסער האט שוין יעצט געהאט אנדערע חשבונות, אנשטאט צו קוקן ווי ווייט יענער שטערן איז, ווי שנעל רוקט זיך עס, האט ער יעצט געדארפט ציילן וויפיל ביינער זענעם אים געבליבן גאנץ.
מוהרא"ש פלעגט דאס אלץ פארציילן, אז מיר זאלן געדענקען אז די אלע חשבונות וועלן אונז נישט העלפן און וועט אונז נישט ברענגען צום תכלית, מיר דארף אויפהערן צו פילאזאפירן, און זאגן דיעות וויאזוי די וועלט דארף זיך פירן, אנשטאט דעם דארפן מיר זיכער מאכן דורכצוגיין אונזער לעבן מיט גאנצע ביינער, קוקן ווי מיר גייען און אויסנוצן די צייט מיט תורה, תפלה, שמחה, און רעדן צום אויבערשטן.
שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com.