מען בויעט ווייטער דער זעקסטער שטאק אין בנין פון אנ"ש אין אומאן
ב סיון תשפ"ב 📝
ווי די איינוואוינער אין אומאן געבן איבער, שפירט ב"ה בכלל נישט דארט קיין מלחמה. די זעלבער זאך הערט מען פון די פילע אידן וועלכע פארן כסדר אויף די מקומות הקדושים אין אוקראינע אין די יעצטיגע טעג, אז די ווערטשאפט אין יענע געגענט פון אוקראינא איז ממש רואיג; עס זענען נאך טאקע נישטא קיין אפענע עירפארטס אין אוקראינע, מען דארף דערווייל פארן צו איינע פון די מערב אייראפעאישע לענדער און פון דארט אריינפארן מיט א קאר, אבער ווי מען זאגט זענען די וועגן פון פוילן, אונגארן, רומעניע און מאלדאווע קיין אומאן זייער רואיג און שטיל.
דער ראש ישיבה געזאגט אז אזוי ווי עס זעט אויס וועט מען בעזהשי"ת קענען פארן קיין אומאן אויפן קומענדיגן ראש השנה, דערפאר זאל מען צוגרייטן דעם בנין געהעריג מיט אלע געברויכן אויף ראש הנשה, סיי דער בית המדרש, די קאך, די מקוה, די וואסער, עסן, א.א.וו.
און טאקע אין די טעג גייט שוין די ארבעט אן העפטיג איינצורישן דעם בנין פאר אנשי שלומינו מיט אלע געברויכן, מען גרייט אן די וואסער סיסטעם, מען באשטעלט דאס עסן, מען פאררעכט וואס עס פעלט אויס, בקיצור - מען גרייט צו דעם בנין אויפצונעמען די הונדערטער אידן תלמידי היכל הקודש זאל האבן א פיינע אכסניא בעזהשי"ת אין די טעג וואס מען וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף וויילן אין אומאן אויף קומענדיגע ראש השנה תשפ"ג.
אזוי אויך, צוליב די גרויסע צאל פון פרישע מקורבים ב"ה ווי מען האט געזען פונעם גרויסן געדרענג פונעם פארגאנגענעם יאר, ווען מען האט געדארפט אפזאגן זייער אסאך אנשי שלומינו, נאכדעם וואס עס איז שוין נישט מעגליך געווען אריינצונעמען נאך מענטשן, האט דער ראש ישיבה געהייסן אז מען דאס יאר ענדיגן בויען דער זעקסטער שטאק אינעם בנין, וואס מען פלאנט מיטן אייבערשטנ'ס הילף פולקאם צו ענדיגן אויף ראש השנה תשפ"ג. דאס וועט זיין דער פערטער שטאק פון שלאף צימערן פונעם בנין.
ערליכע אידן און ברסלבע חסדים בפרט ווייסן און געדענקען אז קיין שום זאך קענען מען דערגרייכן אן תפלה, און זיכער נישט אזא גרויסע זאך ווי זיין ביים רבין אויף ראש השנה, וואס דער רבי האט געזאגט דערויף "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען, קיינער טאר נישט פעלן", איז זיכער אז מען דארף דערויף תפלה. און דאס איז געזאגט געווארן אפילו אין א געווענדליכע יאר. אין אזא יאר, ווען דער סמ"ך מ"ם פרובירט זיך צו פארלייגן אויף די לענג און אין די ברייט אפצוהאלטן דאס קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, דארף מען זיכער מאכן נישט אויסלאזן קיין געלגענהייט פון בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל האבן די זכיה אויך דאס יאר אנצוקומען צום הייליגן רבינ'ס ציון. און מיט תפלה קען מען אלעס פועלן.