היינט דינסטאג גייען די בחורים בעז"ה ארויספארן אינאיינעם צום ציון הקדוש אין קרית יואל זיך אויסצובעטן אלעס גוטס אין טאג פונעם יארצייט פון רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל.
אזוי ווי עס איז שוין איינגעפירט אלע יארן, פארן די בחורים ארויס אינאיינעם יעדעס יאר צו די יארצייט, אויסצונוצן דעם גרויסן טאג און זיך אויסבעטן בדבר ישועה ורחמים ביים ציון הק'. דאס איז אויסער עטליכע מאל במשך די יאר וואס די גאנצע ישיבה כאפט זיך אריבער אינאיינעם זיך אויסצובעטן ביים ציון הק' אין יעדע דערהויבענע געלעגנהייט.
פאריאר נאכן פוקד זיין דעם הייליגן ציון אין קרית יואל זענען די בחורים זיך צוזאמגעקומען אין בית המדרש היכל הקודש אין קרית יואל וואו עס איז פארגעקומען א סעודת הילולא. ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן הר"ר יואל פארקאש שליט"א וואס האט ארומגערעדט שיינע ענינים פונעם בעל הילולא. צווישן אנדערע האט ער דערציילט אז ווען מוהרא"ש איז געקומען אמאל צו א הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דארט אין בית המדרש, בהשתתפות הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א בעל אגלי דבש, האט מוהרא"ש געזאגט דעמאלט אז רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל האט זיכער א נחת רוח אז אין זיין שטעטל וואס ער האט געבויעט מיט בלוט און שווייס, געפונט זיך א הייליגע ברסלב'ע שול, וואו אידן דינען דעם אייבערשטן מיט די חיזוק און לימודים פון הייליגן רבי'ן, און גלייכצייטיג רירט מען זיךנישט אוועק פון די הייליגע מסורה וואס ער האט געלערנט אלע יארן.
מוהרא"ש פלעגט אסאך נאכזאגן וואס ער האט אליין מיטגעלעבט און געהערט פון רבי'ן פון די יארן ווען ער האט זוכה געווען זיך אסאך צו דרייען ביי אים, צוצוקוקן צו זיין עבודת הקודש, און צו הערן זיינע הייליגע תורות. און מוהרא"ש פלעגט זיך אויך כסדר אריבערכאפן קיין קרית יואל זיך אויסצובעטן ביים ציון הק'.
תורתו מגן לנו, הוא מאירת עינינו!
 
אויפן בילד, דער ראש ישיבה שליט"א איז פוקד דעם ציון פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע אין די פריע פארטאגס שעה'ן