בחורי הישיבה שיין אויפגענומען דורך נדיבי עם בעצם יום הפורים
טז אדר תשע"ז 📝
אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן זענען די בחורים פון ישיבה אויך דאס יאר ארומגעגאנגען אום יום טוב פורים צו די נדיבים בעם, צוזאמנעמען באשטייערונגען פאר די הייליגע מוסדות.
די בחורים זענען אויפגענומען געווארן מיט גרויס פרייד, וויסענדיג פון וועלכע ישיבה עס האנדעלט זיך, א ישיבה וואו די בחורים לעבן מיטן אייבערשטן, א ישיבה וואו יעדער בחור לערנט יעדן טאג בהתמדה רבה, בחורים וואס זענען אויסגעצייכנט מיט יראת שמים, מדות טובות, און איידלקייט, וואס מען טרעפט נישט.
עס זענען געווען דריי גרופעס, א גרופע אין וויליאמסבורג, א גרופע אין בארא פארק. און א גרופע אין קרית יואל. די בחורים זענען ארויף געגאנגען און געזינגען די אלע באקאנטע אידישע ניגונים צום אייבערשטן.
עס זענען צוריק געהערט געווארן גאר גוטע גריסן, ווי די חשובע נגידים האבן גאר שטארק הנאה געהאט, און זיך אנגערופן מיט ווארימע סכומים. מיטן אייבערשטנ'ס הילף איז עס אריבער מיט גאר גרויס הצלחה, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער.
ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר!